ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הודעהדורך תרמב » מאנטאג מאי 03, 2021 7:54 pm

אז דו ביזט דא, וויל איך דיך מחזק זיין יא ווייטער צו שרייבן וועגן וויזניץ, ס’איז זייער אינטערסאנט און באלערנד, אפילו איך בין ווייט פון א וויזניצער,
און אגב אז עטס רעדסט פון די מנח’’א, ער איז געווען א מוראדיגע בעל צדקה, ער האט געטיילט אסאך געלט און ער האט זיך פארחובותט צו קענען טיילן צדקה, מ’פארציילט אז ס’פלעגט אריינרעגענען ביי אים פון די דאך ווייל ער האט זיך נישט געקומערט עס צו פארעכטן, ווייל ער האט פארטיילט זיין געלט, מ’רעדט נישט פון זיין לב טוב ווייל ווען מ’רעדט פון אים פאקוסירט מען מער אויף זיין גדלות בתורה און זיין קנאות.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג מאי 03, 2021 8:39 pm

תרמב האט געשריבן:אז דו ביזט דא, וויל איך דיך מחזק זיין יא ווייטער צו שרייבן וועגן וויזניץ, ס’איז זייער אינטערסאנט און באלערנד, אפילו איך בין ווייט פון א וויזניצער,
און אגב אז עטס רעדסט פון די מנח’’א, ער איז געווען א מוראדיגע בעל צדקה, ער האט געטיילט אסאך געלט און ער האט זיך פארחובותט צו קענען טיילן צדקה, מ’פארציילט אז ס’פלעגט אריינרעגענען ביי אים פון די דאך ווייל ער האט זיך נישט געקומערט עס צו פארעכטן, ווייל ער האט פארטיילט זיין געלט, מ’רעדט נישט פון זיין לב טוב ווייל ווען מ’רעדט פון אים פאקוסירט מען מער אויף זיין גדלות בתורה און זיין קנאות.



איך האלט פון אים זייער שטארק. און איך האב אים זייער ליעב. נישט נאר ווייל ער האט גערופן דעם אהבת ישראל די “צדיק הדור” נאר ווייל ער איז געוועהן א גאון עולם, א געלונגענע מענטש, און ווי דו זאגסט א גרויסע בעל צדקה. אבער זאגן אויף אים א אמתע תלמיד פון בעש״ט? איך וואלט ענדערש געזאגט אז די מנחת אלעזר איז געוועהן פון די לעצטע חסידישע רביס וואס איז געוועהן א גאון אדיר. אבער נישט קיין תלמיד הבעש״ט. דו ווייסט אויף וועמען מ׳קען זאגן ער איז געוועהן א אמתע תלמיד הבעש״ט וואס האט געלעבט אין מיינע צייטן? לדעתי הרה״ק ר׳ נפתלי׳טשע באבובער. קלאר!

ר׳ מאטעלע האט אלץ פארציילט אז די מנח״א איז מלכתחילה געוועהן קעגן די אהבת ישראל. און וואס עלטער די אהבת ישראל איז געווארן האט ער מעהר און מעהר געטוישט זיין מיינוג.

ר׳ מאטעלע פארציילט:
איינמאל איז די מנחת אלעזר’ס איינציגסטע טאכטער שטערבליך קראנק געווארן. און די מנחת אלעזר האט געהייסן מ’זאל איר מזכיר זיין ביים אהבת ישראל. די אהבת ישראל איז דעמאלטס געוועהן אין א ווייטע שטאט סובראנץ. און למעשה פון ווען מ׳האט מזכיר געוועהן פאר די אהב״י איז די טאכטער געזונט געווארן. און די מנחת אלעזר איז פערזענליך אראפגעפארן קיין סובראנץ זיך באדאנקן פארן אהבת ישראל.


ווי אויך די מנח״א האט אמאל געפרעגט די אהב״י צי ער זאל אפלאזן די שידוך פון זיין טאכטער מיט ר׳ ברוכל ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער איז א ציוניסט באהאלטערנהייט. און די אהב”י האט אים געזאגט וועסט נאך זעהן אסאך נחת פון דיינע אייניקלעך....
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג מאי 03, 2021 8:47 pm

די שאלה הייבט זיך אן ווער די בעש’’ט הק’ איז געווען און נאכדעם איז די שאלה וואס מיינט א תלמיד פון אים, ווייל דו האסט געמאכט א פרעים וואס מיינט א תלמיד בעל שם און דארט פיט אריין נאר ר’ נפתלטשע און די אמרי חיים, אבער ס’איז נישט מוכרח אז דו האסט ארויס וואס מיינט א תלמיד בעל שם, גראדע די ספר שער יששכר פונעם מנח’’א מעטשט מער מיט די חסידישע ספרים וואס איז געשריבן געווארן דורך די בעל שם’ס תלמידים מער ווי די ספר אמרי חיים.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג מאי 04, 2021 6:42 am

תרמב האט געשריבן:די שאלה הייבט זיך אן ווער די בעש’’ט הק’ איז געווען און נאכדעם איז די שאלה וואס מיינט א תלמיד פון אים, ווייל דו האסט געמאכט א פרעים וואס מיינט א תלמיד בעל שם און דארט פיט אריין נאר ר’ נפתלטשע און די אמרי חיים, אבער ס’איז נישט מוכרח אז דו האסט ארויס וואס מיינט א תלמיד בעל שם, גראדע די ספר שער יששכר פונעם מנח’’א מעטשט מער מיט די חסידישע ספרים וואס איז געשריבן געווארן דורך די בעל שם’ס תלמידים מער ווי די ספר אמרי חיים.

איך ווייס נישט ווער דער בעשטה"ק איז געווען נאר אזויפיל האב איך געהערט און געליינט אז ער האט עקסעפטעט יעדער איד וואס האט א חלק אלוקי ממעל,
האסט גראדע צוגעטראפן הרה"ק ר’ חיים מאיר פון וויזניץ און ר’ נפתל’טשע זצ"ל וואס ביי זיי ביידע האט מען געזעהן וואס דאס מיינט ליב האבן א איד unconditional !!!!.
איך גלייב אז אנדערע גדולים האבן אויך ליעב געהאט א צווייטען איד - און ביי זיי האט מען עס געזעהן קלאר
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

הודעהדורך סעגאל » דינסטאג מאי 04, 2021 7:39 am

אויב אהבת ישראל מיט תלמוד בעש"ט איז מוכרח וועל איך דארפן זאגן פארקערט אלע חסידישע רבי'ס האבען געהאט אהבת ישראל. זיי זענען דאך געווען רבי'ס.
וואס האט איין מיט די אנדערע?.
סעגאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג מאי 04, 2021 7:46 am

מען מיינט ארויסצוברענגן אז ביי די דאזיגע רבי'ס האט מען שטארק צוגעזעהן באופן בולט דעם דרך הבעש"ט מיט אהבה
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג מאי 04, 2021 8:36 am

איך מיין צו זאגן אז די בעל שם טוב האט פארקערפערט אין זיך אסאך חלקים, איינע פון די חלקים איז געווען אהבת ישראל און לכבוד דעם קענסטו רופן די אמרי חיים א תלמיד פון בעל שם טוב הקדוש, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון אנדערע תלמידי בעל שם וואס ענדלען אין די אנדערע חלקים.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך סעגאל » דינסטאג מאי 04, 2021 9:09 am

@שבת
אגב אהבת ישראל (ואהבת לריך) איז איינס פין די תרי"ג מצות.
וואס אגב קימט נישט פון בעל שם טוב נאר פון זיין ג-ט
סעגאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך עמקות המחשבה » דינסטאג מאי 04, 2021 12:48 pm

לענ"ד קען טאהשע רבי ז"ל, רואיג ווערן פארעכנט אלץ איינער פון די תלמידי בעל שם. זיין אהבת ישראל. און זיין חסד. זיינע תפילות, זיין תהלים וכ"ו
The golden rule-the ones with the gold are making the rules
עמקות המחשבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 16, 2021 6:13 am
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 04, 2021 1:28 pm

זייער שיין צו לייענען די מעשיות, פונעם אהבת ישראל האב איך שוין דורכגעאקערט דעם קדוש ישראל אלס בחור און איך האלט אויך אז דער אמרי חיים האא באמת ליב געהאט א יוד וכו׳
אבער ווען איר זאגט אז די אנדערע ווי סאטמארער ר2ס איז נישט קיין תלמיד בעש"ט ווייל ער איז געווען א קנאי, איז נישט צום זאך, דהמע"ה האט געזאגט אוהבי ד׳ שנאו רע, כשם שמצוה לאהוב הצדיקים כך מצוה לשנוא את הרשעים, סאטמאר רב האט נישט פיינט געהאט קיין יוד, זיין קנאות איז געווען קעגן די רע פון זיי, ער האט זיך געטראפן און פארברענגט מיט אלע גדולי ישראל, לשיטתו האבן זיי זיך טועה געווען און דאס האט אים וויי געטון, לשיטת האמ"ח איז נישט געווען קיין טעות האט עס אים נישט וויי געטון, בן גורין האט ער ליב געהאט? אוודאי נישט ווייל ער איז געווען א כופר, סאטמאר רב האט געגאנגען ווייטער און געהאלטן אז די אגודה איז אויך פארדרייט, אבער קיינמאל נישט מבזה געווען אדער אפילו דערמאנט א נאמען לגנאי ועוד
וועגן זיין צדקה, מיין איך איז איבעריג צו זאגן אז ער איז געווען א יחיד בדורו און עד היום זענן זיינע חסידים (פון) די גרעסטע עוסקים בצדקה וחסד, דאס זענן זאכן וואס מ׳ דארף נישט גלייבן דעים און יענעם, עס איז מפורסם איבעראל
ד"א מיימרות פון ר׳ יודעלע אויף סאטמאר רב איז דא גענוג אפילו ער איז נישט געווען משפחה מיט אים
נאך איין נקודה, יעדע מעשה ענדיגט איר אז יענער איז געווארן א חסיד נאך וואס דער אמ"ח האט אים געהאלפן, אויף סאטמאר רב קען מען דאס נישט זאגן, ער האט געהאלפן יעדן יוד אפילו זיי זענן נישט געבליבן זיינע חסידים, ער האט געגרינדעט ת"ת אין צענדליגער דערפער אין אר"י נאך די מלחמה, כמעט קיינער האט נישט קיין שייכות צו סאטמאר, ער האט געוואלט זאלן זיין יודן נישט מער (בעלזער רב איז אויך א סאטמארער תלמוד)
סך הכל, דער אהב"י איז זייער גרויס געווען ביי די וויזניצער חסידים, עס איז געווען א וועלט מיט לייבן ווי דער בעלזער רב , אמרי אמת, מנח"א, און נאך, זייערע חסידים האבן געהאלטן אז זייער רבי איז צדיק הדור און מיט רעכט
דאס זעלבע דער אמ"יח איז געווען אין איין דור מיט גדולי ישראל וואס זייערע חסידים האבן זיי געהאלטן פאר צדיק הדור און איר אלס געבוירענער וויזצניצער קענט האלטן אז דער אמ"ח איז צדיק הדור
הצלחה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 2:37 pm

ווילנע חסיד.


די אהבת ישראל איז נאר געוועהן גרויס ביי וויזניצער חסידים???

ווען די אהבת ישראל איז געוועהן אין זיינע עלטערע יאהרן איז נישט געוועהן קיין איין רבי אויף די וועלט וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים!

קיין איינס נישט! זיי האבן אלע געהאלטן ער איז געוועהן די צדיק הדור! פאקט!

ער איז נאר געוועהן גרויס אין וויזניץ?

פארדעם האט טאקע די מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א אגודיסט? אים גערופן די צדיק הדור?

פארדעם האט סאטמארער רב אים גערופן א צדיק, און אים אפילו איינמאל גערופן “מיין רבי”?

הרב דשונסקי איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

סאלקער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די גאלאנטער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די באר מנחם פון קאלוב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

ר׳ ישכר דב בעלזער איז געוועהן א וויזניצער?

די טשימפער רב איז געוועהן לכתחילה א מונקאטשער. זיין גאנצע משפחה (משפחת אסטרייכער) איז א באוואוסטע מונקאטשער משפחה. וויאזוי איז ער געווארן אזוי פאר׳וויזשניץ׳ט?

רבי אהרלע ראטה שרייבט איך האב נישט געהאט קיין טאטע זאל מיך מחנך זיין בין איך אלץ בחור ארומגעפארן צו אלע רביס. און די אהבת ישראל האט ער גערופן די “זיסע צדיק” ווייל חוץ וואס ער איז געוועהן א צדיק איז ער געוועהן א זיסע מענטש.
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג מאי 04, 2021 2:46 pm

סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.
תרמב
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 3:33 pm

תרמב האט געשריבן:סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.



איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.


איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.

צאנז און רוזין.

צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.

די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”

און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!

ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...

איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.

דאס איז מיין דרך.
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 04, 2021 3:48 pm

שבת אחים האט געשריבן:ווילנע חסיד.


די אהבת ישראל איז נאר געוועהן גרויס ביי וויזניצער חסידים???

ווען די אהבת ישראל איז געוועהן אין זיינע עלטערע יאהרן איז נישט געוועהן קיין איין רבי אויף די וועלט וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים!

קיין איינס נישט! זיי האבן אלע געהאלטן ער איז געוועהן די צדיק הדור! פאקט!

ער איז נאר געוועהן גרויס אין וויזניץ?

פארדעם האט טאקע די מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א אגודיסט? אים גערופן די צדיק הדור?

פארדעם האט סאטמארער רב אים גערופן א צדיק, און אים אפילו איינמאל גערופן “מיין רבי”?

הרב דשונסקי איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

סאלקער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די גאלאנטער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די באר מנחם פון קאלוב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

ר׳ ישכר דב בעלזער איז געוועהן א וויזניצער?

די טשימפער רב איז געוועהן לכתחילה א מונקאטשער. זיין גאנצע משפחה (משפחת אסטרייכער) איז א באוואוסטע מונקאטשער משפחה. וויאזוי איז ער געווארן אזוי פאר׳וויזשניץ׳ט?

רבי אהרלע ראטה שרייבט איך האב נישט געהאט קיין טאטע זאל מיך מחנך זיין בין איך אלץ בחור ארומגעפארן צו אלע רביס. און די אהבת ישראל האט ער גערופן די “זיסע צדיק” ווייל חוץ וואס ער איז געוועהן א צדיק איז ער געוועהן א זיסע מענטש.
זייטס נישט ברוגז

די אלע מיימרות, צדיק הדור, מיין רבי (קלאר אז ער האט עס נישט געזאגט) און נאך איז לופט מעשיות וואס מ׳ פארציילט אין יעדע חסידות

באקאנט איז אז די גרעסטע גדו"י זענן געפארן קיין בעלז, גער וכדומה, קיינמאל נישט געווען קיין געפארעכטס אויף וויזניץ וואס מ׳ ווייסט
יא מ׳ האט געהאלטן פון אים, אבער די אלע געזאגעכצער זענן האלבע אמת׳ן וואס די ווילסט גלייבן, די גאס קויפט עס נישט אפ

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 04, 2021 3:50 pm

שבת אחים האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.



איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.


איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.

צאנז און רוזין.

צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.

די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”

און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!

ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...

איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.

דאס איז מיין דרך.
פון ווי נעמט איר אז דער הייליגער ריזשינער האט ליב געהאט א מחלל שבת?
נאר א מסור האט אים געבאדערט? חס מלהזכיר תו תולה זיין בוקי סרוקי אויף אזעלעכע צדיקים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 4:04 pm

רעדסט שטותים מיט הבלים.

מונקאטשער רב האט געזאגט צדיק הדור ברבים. ער האט מספיד געוועהן.

הרב דשונסקי האט גערעדט פון אים ברבים. אין ירושלים. יאהרן שפעטער.

ער האט געזאגט איך בין קיין חסיד אבער אויב סאיז דא א אמתע רבי איז עס די אהבת ישראך
ער האט אמאל געזאגט ביי א דרשה ברבים אז ער וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען די פסוק “ואנכי תולעת ולא איש”, וויאזוי האט אזא גרויסע מענטש ווי דוד המלך געזאגט איך בין ממש א ווארים? אבער היות כהאב געקענט די אהבת ישראל, וואס ער איז דאך געוועהן אזא גרויסע מענטש און ער האט זיך געהאלטן פאר גארנישט. פארשטיי איך שוין זייער גוט די פסוק.

ר׳ ישעילע טשחויבער האט געזאגט ווען כהאב אים געהערט זאגן תהילים. האב איך געשפירט איך גיי אויס פאר מתיקות.

הרב דשונסקי מיטן גאלאנטער רב האבן ביידע געזאגט אז ווען כהאב געהערט די אהבת ישראל זאגן תהילים. האב איך געטראכט ס’מוז זיין ער איז ניצוץ פון דוד המלך.

די גאלאנטער רב האט אים אפאר מאל גערופן די צדיק הדור ברבים. זיין משפחה זענען געווארן גרויסע וויזניצער חסידים. זיין נעפיו הרה”ח ר׳ יוסף בוקסבוים (וואס האט געוואוינט שפעטער אין וויליאמסבורג איז געווארן א פייערדיגע וויזניצער חסיד. זיינע זוהן ר׳ בנימין איז א מאנסי וויזניצער און די אנדערער א סקווירער)

די גאלאנטער רב איז אמאל געזיצן אין קארלסבאד אויף א באנק מיט אפאר פון זיינע תלמידים. און ער האט באמערקט די אהבת ישראל קומט צוגיין. האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ס׳שטייט אין משלי “הולך את חכמים יחכם”. לכאורה איז שווער פארוואס שטייט א לשון רבים חכמים מ’קען דאך קלוגער ווערן פון איין חכם אויך. נאר די פסוק רעדט פון די “צדיק הדור” וואס האט כולל געוועהן אלע “חכמי הדור”...


די נייטרא רב האט געשריבן א גאנצע הספד אויפן אהבת ישראל. לייען עס. ער שרייבט סאיז נישט מעגליך אפילו צו באשרייבן זיין גרויסקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דינסטאג מאי 04, 2021 4:07 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 4:05 pm

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.



איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.


איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.

צאנז און רוזין.

צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.

די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”

און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!

ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...

איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.

דאס איז מיין דרך.
פון ווי נעמט איר אז דער הייליגער ריזשינער האט ליב געהאט א מחלל שבת?
נאר א מסור האט אים געבאדערט? חס מלהזכיר תו תולה זיין בוקי סרוקי אויף אזעלעכע צדיקים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


איך רעדט נישט פון די רוזשינער. איך ווייס נישט וואס די רוזשינער האט געהאלטן. איך ווייס די רוזישנער דרך. בתוכם די אהבת ישראל׳ס דרך.
דאס איז א לענגערע שמועס. נעקסט טיים בלי נדר.
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 04, 2021 4:26 pm

שבת אחים האט געשריבן:רעדסט שטותים מיט הבלים.

מונקאטשער רב האט געזאגט צדיק הדור ברבים. ער האט מספיד געוועהן.

הרב דשונסקי האט גערעדט פון אים ברבים. אין ירושלים. יאהרן שפעטער.

ער האט געזאגט איך בין קיין חסיד אבער אויב סאיז דא א אמתע רבי איז עס די אהבת ישראך
ער האט אמאל געזאגט ביי א דרשה ברבים אז ער וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען די פסוק “ואנכי תולעת ולא איש”, וויאזוי האט אזא גרויסע מענטש ווי דוד המלך געזאגט איך בין ממש א ווארים? אבער היות כהאב געקענט די אהבת ישראל, וואס ער איז דאך געוועהן אזא גרויסע מענטש און ער האט זיך געהאלטן פאר גארנישט. פארשטיי איך שוין זייער גוט די פסוק.

ר׳ ישעילע טשחויבער האט געזאגט ווען כהאב אים געהערט זאגן תהילים. האב איך געשפירט איך גיי אויס פאר מתיקות.

הרב דשונסקי מיטן גאלאנטער רב האבן ביידע געזאגט אז ווען כהאב געהערט די אהבת ישראל זאגן תהילים. האב איך געטראכט ס’מוז זיין ער איז ניצוץ פון דוד המלך.

די גאלאנטער רב האט אים אפאר מאל גערופן די צדיק הדור ברבים. זיין משפחה זענען געווארן גרויסע וויזניצער חסידים. זיין נעפיו הרה”ח ר׳ יוסף בוקסבוים (וואס האט געוואוינט שפעטער אין וויליאמסבורג איז געווארן א פייערדיגע וויזניצער חסיד. זיינע זוהן ר׳ בנימין איז א מאנסי וויזניצער און די אנדערער א סקווירער)

די גאלאנטער רב איז אמאל געזיצן אין קארלסבאד אויף א באנק מיט אפאר פון זיינע תלמידים. און ער האט באמערקט די אהבת ישראל קומט צוגיין. האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ס׳שטייט אין משלי “הולך את חכמים יחכם”. לכאורה איז שווער פארוואס שטייט א לשון רבים חכמים מ’קען דאך קלוגער ווערן פון איין חכם אויך. נאר די פסוק רעדט פון די “צדיק הדור” וואס האט כולל געוועהן אלע “חכמי הדור”...


די נייטרא רב האט געשריבן א גאנצע הספד אויפן אהבת ישראל. לייען עס. ער שרייבט סאיז נישט מעגליך אפילו צו באשרייבן זיין גרויסקייט.
איך רעד שטותים והבלים?

די קייסט איבער, דער האט געזאגט, יענער האט געזאגט, ווער האט עס געהערט? איך פארשטיי אז די גלייבסט עס, אבער די וועלט קויפט עס נישט
נאך אזאך, די ערליכע רבנים האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו משבח זיין אנדערע צדיקים, אבער ווילאנג די זעסט נישט אז זיי זענן געפארן אלס חסידים מיינט עס גארנישט
דער ויגד יעקב זצ"ל איז געפארן קיין בעלז
ר׳ שאול בראך איז געפארן קיין סיגעט, בעלז, און נאך, נישט צום אהב"י
ווילסט איך זאל דיר נאכזאגן וואס צדיקים האבן געזאגט אויף סאטמארער רב? אנגעהויבן ביי מונקאטשער רב (יכול לטהר מדן עד באר שבע) נאסאדער רב (ווער עס זאגט אנדערש איז א אפיקורס) דיין ר׳ יודעלע (געשיקט א שליח זען אויב רימניצער איז א ערליכער יוד און איין סחמן אויב ער האלט פון סאטמאר רב, דאס זעלבע ר׳ יעקב פשעווארסקער מיט באבי סאלי און נאך און נאך
איך גלייב נישט אלעס וואס איך וויל הערן אבער איך וויל גלייבן


Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 5:26 pm

איה״נ. ר׳ שאול בראך איז געפארן קיין בעלזא. אבער ער האט אויך געשיקט קוויטלעך צום אהבת ישראל.

איך האב עפעס געזאגט אז די אהבת ישראל איז געוועהן די איינציגסטער גרויסע מענטש? פלוז. ביסט א קינד?

איך זאג עפעס אנדערש
סאיז נישט געוועהן קיין גרויסע רבי וואס האט נישט געהאלטן פון די אהב״י אויף זיינע עלטערע יאהרן. קיינער נישט!

אפילו די מנח״א וואס האט יעדען אגודיסט געשאלטן האט געזאגט אויף אים “צדיק הדור”

דאס וואס דו שרייבסט אויף ר׳ יהודא׳לע אז ער איז געוועהן א חסיד פון סאטמארער רב און ער איז געוועהן א פייערדיגע וויזניצער חסיד ווייל ער איז געוועהן משפחה איז ממש שטותים מיט הבלים. טוה מיר א טובה?!

ר׳ יהודא׳לע האט געהאלטן די סאטמארער רב איז געוועהן א ערליכער איד, א גרויסע מענטש. אבער קוק אריין אין די הגהות וואס ער האט געשריבן אויף סאטמארער רבס ספרים. ער האט די חוצפה זיך צוקריגן מיט אים אין געוויסע זאכן....

אויפן אמרי חיים מיטן אהבת ישראל האט ער נישט נאר זיך נישט געקריגט וואס זיי האבן געזאגט נאר יעדעס ווארט ממש האט ער אריינגעלערנט פשט אין דעם.

ער איז געוועהן א וויזניצער ווייל משפחה? און די ישועות משה איז נישט געוועהן זיין משפחה? ער האט ממש אינגאנצן אוועקגעמאכט!

סאיז נישט געוועהן אזא גרויסע חסיד פון די אמרי חיים אויף די וועלט ווי ר׳ יהודא׳לע!!! א פייערדיגע חסיד! פרעג יעדען איינעם.
אלעס וועגן משפחה? ווייסט וואספארא ליצנות דאס איז פאר א יעדע מענטש וואס האט געקענט ר׳ יהודא׳לע...

דו ווייסט ר׳ יהודא’לע האט זיך געשעמט מיט וויזניץ א שטיק צייט, ווייסטו? אבער אפילו אין די צייטן האט ער א גאנצע צייט גערעדט וועגן די שווער און די אהבת ישראל. טאג און נאכט. ער האט געחלמט פון זיי!

נישט געוועהן אזא גרויסע וויזניצער חסיד זינט די חסידות שטייט. אויסער ר׳ מרדכי חנא. נישט געוועהן!
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג מאי 04, 2021 5:34 pm

מיין טאטע האט אסאך א לענגערע פאסיק ווי דיינע.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2664 מאל

הודעהדורך הרב שיף » דינסטאג מאי 04, 2021 5:48 pm

שבת אחים האט געשריבן:
ווי אויך די מנח״א האט אמאל געפרעגט די אהב״י צי ער זאל אפלאזן די שידוך פון זיין טאכטער מיט ר׳ ברוכל ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער איז א ציוניסט באהאלטערנהייט. און די אהב”י האט אים געזאגט וועסט נאך זעהן אסאך נחת פון דיינע אייניקלעך....

דאס האט דער וויזשניצער רבי פארציילט?
הרב שיף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 5:58 pm

הרב שיף האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ווי אויך די מנח״א האט אמאל געפרעגט די אהב״י צי ער זאל אפלאזן די שידוך פון זיין טאכטער מיט ר׳ ברוכל ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער איז א ציוניסט באהאלטערנהייט. און די אהב”י האט אים געזאגט וועסט נאך זעהן אסאך נחת פון דיינע אייניקלעך....

דאס האט דער וויזשניצער רבי פארציילט?



ניין!

נישט וואס איך ווייס.

די תורת מרדכי האט פארציילט די מעשה מיט זיין טאכטער וואס איז קראנק געווארן. און אז די מנח״א איז געפארן ביז די ווייטע שטאט סובראנץ. און ער פלעגט פארציילן אסאך אנדערע זאכן וועגן זייער קשר.

דאס האב איך געהערט פון א מונקאטשער חסיד אין ב״פ וואס האט עס געהערט פון די באוואוסטען מונקאטשער גבאי ר׳ חיים בער. און איך האב עס געהערט פון נאך מענטשען.

דרך אגב מיין פאטער האט געוואוינט אין זיין ערשטע דירה נאך זיין חתונה טיר ביי טיר לעבן ר׳ חיים בער

ער האט געזאגט פאר מיין פאטער “די יראת הכבוד וואס די מנח”א האט געהאט פארן אהבת ישראל האב איך נישט געזעהן ביי קיינעם”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

הודעהדורך הרב שיף » דינסטאג מאי 04, 2021 6:05 pm

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:זייער שיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

הנאה געהאט פון אייערע תגובה אבער דאס וואס איר ברענגט א ראיה פון דוד המלך פארשטיי איך נישט, דוד המלך איז אויכט נישט געווען פון די תלמידי בעש"ט, האט ער געהאט א תלמיד ר' שמואל יענקל?

אברהם אבינו דער גרעסטער און חסד ואהבה. אויכט נישט קיין בלמיד הבעשט לא מבעי וואס ער האט גענפערט פאר זיין טאטען און נישט געשוויגען ווי די דרך הבעש"ט האט ער נאך זיך צושלאגען מיט לוט א פרומער איד מיט אנדערע השקפות (איה"נ אז ער איז אים געקומען ראטווען אבער דאס איז שוין א סאמארע הנהגה).

און דער בעש"ט איז אויכעט נישט געווען קיין תלמיד הבעש"ט ווייל ער האט געפירט מלחמה מיט תלמידי ש"צ.

מרעדט דא פון א געוויסע מין מהות וואס ער איז עס מיחס [אומריכטיג] צו דרך הבעשט וואס דער אמרי חיים איז געווען א יחיד און אלע דורות.
הרב שיף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 122
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 6:35 pm

הרב שיף האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:זייער שיין

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

הנאה געהאט פון אייערע תגובה אבער דאס וואס איר ברענגט א ראיה פון דוד המלך פארשטיי איך נישט, דוד המלך איז אויכט נישט געווען פון די תלמידי בעש"ט, האט ער געהאט א תלמיד ר' שמואל יענקל?

אברהם אבינו דער גרעסטער און חסד ואהבה. אויכט נישט קיין בלמיד הבעשט לא מבעי וואס ער האט גענפערט פאר זיין טאטען און נישט געשוויגען ווי די דרך הבעש"ט האט ער נאך זיך צושלאגען מיט לוט א פרומער איד מיט אנדערע השקפות (איה"נ אז ער איז אים געקומען ראטווען אבער דאס איז שוין א סאמארע הנהגה).

און דער בעש"ט איז אויכעט נישט געווען קיין תלמיד הבעש"ט ווייל ער האט געפירט מלחמה מיט תלמידי ש"צ.

מרעדט דא פון א געוויסע מין מהות וואס ער איז עס מיחס [אומריכטיג] צו דרך הבעשט וואס דער אמרי חיים איז געווען א יחיד און אלע דורות.



ביי מיר איז ארגינעלע חסידות און די בעש״ט זייער הייליג. ווייל איך פארשטיי זייער שיטה, זייער אידאלאגיעס איז געקומען ווייל אידישקייט אין אוקריינא, רומעניע אין די דערפלעך איז ממש אלעס צופאלן. אידן האבן גארנישט געהאט קיין שום פארטיי, קיין שום אידאלאגיע, נאר ווער סאיז געוועהן א געלערנטע מענטש און געקענט גוט לערנען האט געהייסן א איד.

איז געקומען די הייליגער בעש״ט און געזאגט ניין! יעדע איד איז חשוב! יעדער קלייניקייט פארן אייבערשטען איז חשוב! אפילו א פויער! אפילו א פארמער!

דאס האט געטוישט אידישקייט פאר אייביג! דאס האט געראטעוועט אידישקייט אין א געוויסע וועג!

לייען אלע ביכלעך פון די אידישיסטן, די גרויסער חזן קווארטין, (אין זיין בוך “מיין לעבן”) נאובעל פרייז געווינער, שרייבער, דזשורנאליסט, אלי (אליעזר) וויזל, ביז אלפסי, ביז אלע גאר פרומע חוקרי החסידות וואס האט געמיינט ווען די רבי איז געקומען אויף שבת אין שטאט אריין, יאהרן לאנג האבן זיי דאס געדענקט. סאיז געוועהן יום טוב אין די וואכן.

די רוזשינער דרך מיט די גאלדענע פערד איז געוועהן צו הייבן די מאראל פון די אידן אין די בחינה פון היינטיגער nationalism.

די אידן אין דערפלעך זענען געראטעוועט געווארן וועגן חסידות!

יעדע ליטוואק וואס שרייט אנדערש לייקענט פשוטע היסטאריע.


זייטס געזונט. יעדער קען האלטן וואס זיי ווילן. ווער ס׳וויל וויסן די אמת האט עס שוין געהערט. און ווער נישט גייט קיינמאל נישט מקבל זיין די אמת. ווייל זיי זענען בייעסט. לכאורה. קיין אנדערע סיבה זעה איך נישט!
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מאי 04, 2021 6:40 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:מיין טאטע האט אסאך א לענגערע פאסיק ווי דיינע.


און וואס פונקטליך זאל איך דיר גלייבן? :lol:
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6419
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4945 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3844 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron