רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
ליסקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 08, 2012 11:32 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

רבי ישראל האגער מוויזניץ, בעל אהבת ישראל - ב' סיון

שליחה דורך ליסקא »

דער 'אהבת ישראל' פון וויזניץ איז געוועהן איינע פון די גדולים וצדיקים צו וועם מ'האט זיך געוואנדען נאך א הסכמה אויף ספר הקדוש 'טל חיים'. הגה"צ ר' מנחם מענדל פריעדלאנדער זצ"ל א איידעם פון מרן ה'טל חיים' מליסקא זי"ע האט זיך אפגעגעבען מיטן דריקן דער ספר טל חיים על התורה. בשנת תרס"ט איז ארום געפארען אדער געשיקט בויגענס דורך די פאסט (כנהוג בימים ההם) צו גדולי ומאורי דורו אין בעטען פון זיי א הסכמה אויפן ספר.

אויך צום אהבת ישראל מוויזניץ האט ער נאך געשיקט א בויגען בצירוף א בריעוו ווי ער בעט דערין פאר א הסכמה. דער אהבת ישראל אויסער דעם גדר וואס ער האט געהאט אפגעמאכט נישט צו געבען קיין הסכמות, עכ"פ אין יעדע תקופה, האט ער פארמאגט א אחריות אז ער האט דעם 'טל חיים' נישט געקענט פרעזענטליך, ממילא ווייסט ער נישט איבער וועמען ער שרייבט דא, מה טובו ומהותו. בכלל איז טאקע אינטרעסאנט וואס איז א שטיקעל תמיה פארוואס האט מען דעמאלס טאקע געבעטן פין איהם א הסכמה, ווען די מוציאים לאור האבען כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט וויזניץ.

דער איינציגסטער סיבה פארוואס דער 'אהבת ישראל' האט יא געשריבען א הסכמה, שרייבט ער טאקע, בהסכמתו דאטירט "יום ד' ויגש תרס"ט וויזניצא", וזה לשונו: "אך שמעתי מא"ז אדמו"ר ה"ק זצללה"ה שאשרוהו למאוד לחמי' הגאון הקדוש מו"ה צבי הירש זצללה"ה אבד"ק ליסקא, בטוח אני שהתורה מחזרה על אכסניא שלה, ואהבת אבות לבנים אזכור".

וואס דער אהבת ישראל דערמאנט אין זיין הסכמה, גייט לכאורה צוריק אפאר יאר, ווען דער 'צמח צדיק' מוויזניץ זצ"ל איז געוועהן אויף א שבת אין 'דיוועליע' א שטעטל ווי עס האבן געוואינט אסאך וויזניץ חסידים, מרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא זי"ע וואס איז געוועהן אין דער געגענט, איז אהין געפארען, זייענדיק דארט האט ער מחליט געוועהן צו בלייבען אויף שבת, אין ער האט נאך געשיקט א בריעוו צו זיין איידעם מרן ה'טל חיים' אויך אהין צו קומען תיכף כדי מקבל פנים צו זיין דער 'צמח צדיק', בתוכן דבריו האט ער געשריבען: "כי לאו כל יומא אתרחיש להכיר צדיק נפלא כזה". (ועי' אבן שתי' דף צט)

עס איז כדי צו באמערקן אז ווען דער 'צמח צדיק' איז געוועהן און אונגארען ווי ער האט עוסק געוועהן אין קוקען די "קראנקע טרויבען", וואס האט זיך דעמאלס געהאט אויסגעשפרייט, אסאך אידן האבן דעמאלס פארלוירען פרנסה, ווייל די טרויבן אין ספעציעל די באקאנטע אונגארישע וויין האט מען נישט געקענט נוצען. דאס איז געוועהן ווען מרן ה'טל חיים' איז שוין געזעצן על כסא מלכותו בעיר ליסקא, אין דעמאלס איז אויס געקומען ווען 'צמח צדיק' האט עוסק געוועהן ברפואת הענבים. אין ער שוין אויך געקומען באזוכען בעיר ליסקא, (אור הישר והטוב דף שצט).

דער אשכול פארמאגט 83 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר