Ellen Degeneres

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8394 מאל

Ellen Degeneres

שליחה דורך שמן למאור »

נעכטן האט זיך געשלאסן דעם לעגאנדארן טי ווי שוי פון עלען דעדזשענערעס, Ellen Degeneres נאך ניינצן יאר פון אינטערהאלטן די אמערעקאנע געזעלשאפט טאג איין טאג אויס,

די שוי איז געווען א קאמעדי שוי, זי פלעגט ארויפברענגען גאר אסאך סעלעברעטיס, און האבן א גוד טיים, זי פלעגט אויך אוועקגעבן קארס, הייזער, און גרויסע סומעס פון געלט פאר נויטבאדערפנדע וואס האבן פארציילט זייערע מעשיות אויפן שוי,

זי איז געווען גאר א שטארקע ליבעראל, און האט געהאט א שטארקע יד און ריקן די אמעריקאנע עולם מער צו לינקס

זי איז אפען א לעסביאן, און איז שטארק פראוד דערמיט, און האט בשעתו אנגעמאכט א שטורעם ווען זי איז ארויסגעקומען דערמיט, דא קען מען זען ווי זי פארציילט אינקורצן איר לעבנס געשיכטע
https://youtu.be/RnNN4EjU5lg
דא איז א ווידיא פון די באקאנטע אפרא שוי ווי זי האט דיסקאסירט איר "ארויסקומען"
https://youtu.be/TRUjNOpT5-A
חלק ב'
https://youtu.be/o3Y1rIr5Vo8
חלק ג'
https://youtu.be/jekofAKzzjk
עס איז אינטערסאנט צו זען ווי שנעל די וועלט האט זיך געטוישט, קוק וויאזוי מען האט דאן גערעדט וועגן געי, היינט פליט מער אראפ פון טוויטער פארן רעדן אפילו ענדליך צו דעם

דאס אלעס איז פארגעקומען אין יאר 1997 נאכן זיין אויף טעלעוויזיע פאר דריי יאר,
ווי פארשטענדליך האט עס אנגעמאכט א מורא'דיגע שטורעם, זי איז געווען אויף די דעקל פונעם טיים מאגאזין, און איר שוי איז געווארן געקענסלד

קיינער האט איר נישט געוואלט אננעמען, ביז זי האט צירוק אנגעהויבן די שוי אין יאר 2003, ווי זי האט למעשה געהאט א געוואלדיג הצלחה, און איז אנגעגאנגען שטארק דורכאויס די יארן ביז די וואך ווי זי האט זיך געזעגנט פון די שוי,
לאמיר ברענגען עטליכע שטארקע שטיקלעך פון איר שוי
תן לכחם ויחכם עוד
דא מאכט זי סקעירס אויף סעלעברעטיס, א זאך וואס זי פלעגט טון גאנץ אפט
https://youtu.be/Jr7bRw0NxQ4
גיבט אוועק א קאר דורך שפילן געימס
https://youtu.be/I70n0UpjetY
גיבט אוועק געלט דורך א געים
https://youtu.be/Jgo7p8Yew6g
סערפרייזט א דזשאסטין ביבער פען
https://youtu.be/Tmvk7kRC7VU
נאך פון ביבער
https://youtu.be/KoEcUVbS58I
זי ברענגט אריין א פען צום שוי דורך א באקס, זייער אינטערסאנט
https://youtu.be/TMAMVLcy_t8
העלפט ארויס מיט א פראם
https://youtu.be/IB8_pdzWy6Q
די באקאנטע קינצלער דעיוויד בלעין
https://youtu.be/uuK2BnzKGNU
גיבט אוועק געלט פאר א פאמיליע וואס האט אדאפטירט זעקס קינדער
https://youtu.be/98v11x3e9HU
זי פלעגט אויך צירוקברענגען וועטעראנען צו אירע פענס
https://youtu.be/QytntXWJIe8
אדער אמאל א סקייפ
https://youtu.be/A3eqA9WK-i4
מיט א יניק וחכים
https://youtu.be/A3eqA9WK-i4
זי פלעגט ארויפברענגען קינדער וואס זייערע זיסע קליפס איז געגאנגען וויראל
https://youtu.be/IKn4naaLuqs
מען איבעראשט א וואוילע קאשיר
https://youtu.be/WzrZeMUoH2c
מאכט ציזאמען א שפיל מיטן קאמידיען סטיוו הארווי
https://youtu.be/28wVLwniw-M
א אינטערסאנטע געים וואס זי פלעגט שפילן מיט סעלעברעטיס
https://youtu.be/eSFJaehzNi4
נאך א אינטערסאנטע געים
https://youtu.be/C135IXkrsLA
מיט ניקי מינאדזש
https://youtu.be/ayz8rMjRvV8
מיט די עקטערס די ראק און קעווין הארט
https://youtu.be/R4Fy9SPOWR0
שפילט א געים מיט הילערי קלינטען,
https://youtu.be/nadDjCiHPCs
לאמיר זען אויב ביל געיטס ווייסט וויפיל זאכן קאסטן אין די גראסערי
https://youtu.be/ad_higXixRA
בעסטע מערסטע פאני מאמענטן
https://youtu.be/5t-yoii1JUY
בקיצור זי פלעגט טון אלס און אלעמען, מען קען זיכן אויף יוטוב לרחצה
https://youtube.com/c/TheEllenShow
איך האב נאר געברענגט געציילטע אינטערסאנטע מאמענטן

עקסטער דארף מען דערמאנען די קראש ווי זי האט געהאט אויף די אבאמא'ס, זי האט זייער ליב געהאט אבאמא פאר זיינע ליבעראלע איידיעס, און סיי ער און סיי מאשעל זענען געווען אפטע געסט אויפן שוי, דא איז נאך ווען ער איז געלאפן
https://youtu.be/RsWpvkLCvu4
דא איז ער מיט א אינגען פרעזידענטואל עקספערט
https://youtu.be/rZnXbPZ6R3w
דא איז זי מיט מאשעל אבאמא
https://youtu.be/MKWzKzZrzts
נאך
https://youtu.be/OTAIedFfUBU
ער וואונטשן די רביצין אויף וועלינטיינס דעי פון די עלען שוי
https://youtu.be/-U1dFbJWOeQ
און יאר 2015 האט אבאמא געמאכט ליגאל סעים **** מערידזש, זי איז געווען איבערן דאך דערפון, און געלויבט אבאמא דערפאר, דא רעדט זי צו אים דערוועגן
https://youtu.be/RecREW7iZz8
זי האט אפילו באקומען און יאר 2016 די פרעזעדענטליכע מעדאל פון פרידאם פונעם פרעזידענט
https://youtu.be/wVubXLv3siA
און געווארן שטארק אויסגעלויבט דורך אים
https://youtu.be/3hEMRkY4pDs
א סך הכל אויפן לעצטן טאג אין אפיס
https://youtu.be/dCsr0CNqB3g

בשעת קאוויד איז געווען א סקאנדאל מיט איר, ווען עס איז ארויסגעקומען שמועות אז עס איז דא ביי איר אין די ארבייט א טאקסיק ענוויערמענט ביי די סטעף, און געוויסע אביוז פון סטעף, און אז זי איז נישט אזוי גיטהארציג ווי זי ברענד זיך, עס איז דאן געווען א קלער אז זי גייט אויפהערן די שוי, אבער זי האט עס למעשה געשטיפט נאך א יאר,
דא אנטשולדיגט זי זיך, וואס איז לויט טייל קריטיקירער נישט געווען געניג גוט
https://youtu.be/Egn3CuQRHW8

למעשה איז נעכטן געווען די לעצטע שוי ווי זי האט זיך געזעגנט מיט טרערן אין די אויגן
https://youtu.be/1WqWmjyMu0I
געגעבן א קוק צירוק אויף די היילייטס פון די אלע יארן
https://youtu.be/-WZSHE6hTm4
זי האט דאן באדאנקט אירע סטעף, און זיך אריין געזעצט אויפן סויפע קוקענדיג אויף א סקרין, די זעלבע וועג וואס זי האט אנגעהויבן די שוי מיט ניינצן יאר צירוק
https://youtu.be/OuF203w5nHo
וויאזוי מען זאל איר נאר אנקוקן, לאזט זי איבער א פילפאכיגן קאלירפולע לעגעסי אינטער זיך, און האט אינפלוענסט מיליאנען אמעריקאנער פאר אזוי פיל יארן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר