האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

שליחה דורך יאנקל »

היינט פאלט אויס דער יארצייט פון האדמו״ר המפורסם רבי משה טייטלבוים זצ״ל, רב דקהילת קהל יטב לב דסאטמאר משנת תש״מ עד פטירתו כ״ו ניסן תשס״ו.
דער סאטמארער רבי ז״ל איז געווען אן איבערלעבער פון דעם חורבן, האבנדיג פארלוירן זיין ווייב און עטליכע קינדער. אין אמעריקע איז ער באקאנט געווארן פאר זיין כח הפסק, און האט געדינט אלס א דיין חו״מ פאר לאנגע יארן. דורכאויס די יארן פון זיין אדמו״רות איז ער געווען באקאנט מיט זיין אייגנארטיגן עניוות און כח הרבנות.
א מעשה׳לע וואס כאראקטעריזירט זיין עניוות. א חסיד א חתן איז געקומען צום רבי׳ן א טאג פאר זיין חתונה און האט אים געבעטן אויב ער קען ״האבן א בגד פון רבי׳ן״ פאר זיין חופה. עס איז דעם רבי׳ן נישט בייגעפאלן אז דער חתן מיינט דערמיט אים אליין, און ער האט זיך תיכף אויפגעשטעלט זוכן א בגד פון דודו האדמו״ר רבי יואל זצ״ל.
ווער עס האט נאר אמאל גערעדט מיט׳ן רבי׳ן איז איבערגענומען געווארן פון זיין מענטשליכער ליבשאפט, און די גרויס אהבה וואס ער האט ארויסגעוויזן פאר קינדער בכלליות, און בני משפחתו בפרטיות.
ליידער האט ער געליטן גאר א סך. אנגעפאנגען מיט׳ן פארלירן ביידע פון זיינע עלטערן אין א יונגען עלטער. דערנאך דעם ביטערן חורבן, וואס האט אים טייער געקאסט. ווען ער האט שוין לכאורה געדארפט זיין ברום המעלה, זייענדיג בראש פון מלכות סאטמאר, האט זיך ערשט אנגעפאנגען א פעקל צרות מיט פראבלעמען מבית ומבחוץ. אינצווישן האט ער פארלוירן זיינס א באליבטע טאכטער, און דערנאך, בערוב ימיו, די מחלוקה צווישן זיינע קינדער וואס האט אים גורם געווען א סך צער, און האט דירעקט פארמיטן פון א מענטש וועלכער האט פארלוירן זיין משפחה אין דעם חורבן פון שעפן נחת פון זיינע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך.
עס איז כדאי אז מען זאל דא דערמאנען עפיזאדן פון דער גרויסער פערזענליכקייט - א מענטש וועלכער האט געליטן צרות ויסורים מכאובים וועלכע מיר קענען זיך אין דמיון נישט פארשטעלן, און האט פארמאגט גרויסע השגות וועלכע טארן נישט פארגעסן ווערן.

דער אשכול פארמאגט 185 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר