שקד האט געשריבן:
ס'וואלט געווען ראטזאם, זאלסט מדייק זיין יעדע ווארט וואס איך שרייב, פאר דו זאגסט לאנגע דרשות, כ'האב סומך געווען מיינע ווערטער אויף א כלל גדול, אז גרויסע האבן זיך 'נישט' פארלאזט אויף עהם, כאטש ער האט געקענט כל התורה כולה, ווייל צו זיין א פוסק דארף מען האבן סמיכה, אפילו מ'האט א קאפ און א התמדה און א זיכרון ווי א קאמפיוטער. סמיכה נעמט מען נישט אליינס אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט, אפשר מיינסטו ס'איז א נאמען פון א נייע עפפ.
ראטזאם מדייק זיין יעדע ווארט
אנטשולדיגט פאר'ן מגיב זיין אביסעלע שארף, כ'האב באמת נישט ליעב צו פאטשקען פערזענליך, אבער ההכרח לא יגונה, איר פירקעלט אהן דעם קאווע שטיבל מיט נאנסענס ווי מ'דרייט זיך נאר! שרייבט א מענטש וועגן ר' חיים קנייבסקי פאר ער ווייסט בכלל וואס די מענטש האב געשריבן זיין דרך הלימוד אא"וו, שרייבט וועגן חזון איש (וואס מבין ריסי עיניו ניכר, אז א שטיקל חזון איש לא קרא ולא שנה וכו', ס'זעט גראדע אויך אויס אז דו ביזט נישט שולדיג און דעם ווייל לויט דיין געשרייבעכץ זעט נישט אויס אז איר האט די כלים צו פארשטיין א שטיקל, ואונס רחמנא פטריה, נישט נאר דאס, נאר ס'איז ניכר אז א געזונט קראנט שטיקל איפורמצי' האט איר נאך קיינמאל נישט געליינט...) מכח א מעשה וואס ער האט געהערט איש מפי פיש און רופט עס נאך "א כלל גדול" אתמהה.(בקיצור און וועמענס ווערטער פונקליך איז ראטזאם צו מדייק זיין...)
שקד האט געשריבן:סמיכה נעמט מען נישט אליינס, אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט וכו'
גראדע האב איך שלעכטע נייעס פאר דיר, נישט נאר כ'ווייס וואס סמיכה איז, נאר כ'האב אליין סמיכה (נישט די עפפ

והיינו טעמא פארשטיי איך גאר גוט וואס דאס איז וד"ל, און דאס גאנצע קטנות'דיגע געשרייבעכץ איבעלט מיר)
אויב עפעס מיינעך (כ'בין ספק קרוב לודאי) אז איר האט נישט קיין אנונג וואס סמיכה איז און פארוואס עס דינט, איר ווייסט אפשר ווי די הלכות פון סמיכה שטייט? כ'גלייב אז נישט, אבער כ'וועל אייך נישט אנציען, עס איז א סוגיא אין סנהדרין, וע' ברמ"א יו"ד סי' רמ"ב בשם הריב"ש, לערן גוט דורך די סוגיא וועסטו זעהן אז מ'דארף נישט קיין שום סמיכה צו פסקנען, (אויב האט איר עפעס א גרעפץ פון א גדול[?] וואס האט נישט געוואלט אנעמען חזו"א קען איך עס מסביר זיין באריכות אבער ס'איז אין כאן מקומו להאריך, זיכער נישט אין אזא חשוב'ע אשכול פון ר' מנדל הגר (וואס האט סמיכה

און לשיטתך איז זיין פסק חשוב'ער ווי די חזו"א....

)
(מדי דברי אויב ס'אינטרעסירט אייך איז דא פון ר' שמחה אסף א ספר באהלי יעקב וואס נעמט שיין ארום די ענין פון סמיכה והמסתעף).
אנטשולדיגט פאר די לאנגע דרשה וואס דו רעדסט דיר אפ, כ'פארשטיי אז פאר איינער וואס האט קיין זיץ פלייש האט ליב צו כאפן א ידיעה'לע און געגאנגען ווייטער, אבער אורייתא דקא רתח בי...
כלל היוצא: שקד טייערע, ס'איז ראטזאם פאר איר שרייבט זאלט איר מער מדייק זיין... ברכה והצלחה.