א נייעם בליק אויף משפחת דיסקין (פה סח II)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

א נייעם בליק אויף משפחת דיסקין (פה סח II)

שליחה דורך כוכב »

[center]א נייעם בליק אויף משפחת דיסקין[/center]
[center]בערל שפירא[/center]
Untitled-221.jpg


זאקן אויף די קעץ אום פסח

אין יאר תרנ"ו איז געדרוקט געווארען א פאשקעוויל אקעגן דער רעבעצין פונעם שרף מבריסק, הגאון הקדוש רבי משה יהושע ליב דיסקין זצוק"ל. דער נאמען פון דעם 'כרוז' איז געווען "דיא בריסקער רעבעצין וויל חרוב מאכען ירושלים". די סיבה פארוואס די משכילים האבען ארויסגעגעבן אזא שארפן כרוז קעגן איר, איז געווען ווייל זי האט אנגעפירט א העפטיגן קאמף קעגן זיי, וואס האט נאטירליך געברענגט א שטארקע שנאה.

אין דעם ארטיקל וויל איך נישט אריינגיין אין די ריזיגע מחלוקת'ן וואס האט געהערשט אין ירושלים צווישן די קנאים און אנדערע, א מחלוקת אין וואס די רעבעצין 'שרה' אדער 'סוניה' [פון דער היים 'ראטנר'– מגזע הנודע ביהודה] איז געווען אריינגעמישט עד ארכבותה. איך וויל נאר ציטירן עטליכע שורות פון דעם כרוז:

ניין רעבעצין! ירושלים עיר הקודש איז צוא הייליג פאר אייך וכו' מיינט נישט אז עס איז א קינדער שפיעל, פארגעסט נישט אז איהר שפילט זיך יעצט מיט א גאנצע שטאט מיט א כרך מענטשען וועלכע זיינען שוין מיד געווארין צו פערטראגין דיא שאנדע און שמוץ וואס איהר ווארפט אויף זייא פון יאהרען לאנג, אייערע ציצית וואס איהר טראגט אויף זיך, און די הענטשקעס וואס איהר טוט אן אייער קאץ וועט דער וועלט דיא אויגען ניט פערבלענדין, דיא גאנצע וועלט קען אייך....


כרוז חוצפה.jpg


די ווערטער פאדערן אן ערקלערונג. וואס מיינען אירע קעגנער מיט די ווערטער אז די וועלט וועט נישט פארבלענדעט פון דעם וואס זי טוט אן הענטשקעס פאר אירע קעץ?

די מעשה גייט אזוי: שרה דיסקין – א פרוי וואס האט געקענט רעדן עטליכע שפראכן און געווען א געבילדעטע און א געלערנטע, פון א רייכער משפחה, און זי איז אויך פרעזענליך געווען רייך פאר זי האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי יהושע ליב זצ"ל – איז געווען זייער זייער פארפרומט און גאר א גרויסע מלומדת. איינע פון די באקאנטע חומרות אירע איז אז זי האט אנגעטון זאקן אויף איר קאץ פאר פסח כדי צו זיין באהיטן פון חמץ. [א חומרא וואס איז נאך נישט איינגעפירט אין אונזערע קרייזן, אבער אפשר וועט א רב וואס ליינט "פה-סח" עס מפרסם זיין אין זיין קומענדיגע יאר'ס שבת הגדול דרשה.]

ווי דערמאנט אין דעם כרוז, איז זי אויך געגאנגען מיט ציצית. מען דערציילט א מעשה וואס איז אויך פארבינדען מיט איר חומרא דפסחא:

פעם בערב פסח, בא יהודי לשאול שאלה: מצא גרגיר שבולת שועל במרק. פסק הרב [דיסקין]: כשר. שמעה הרבנית ואמרה: רבי יהודי, אסור לי להתערב בפסקי בעלי, אולם דע לך, אם לסמוך על בעלי, הרי כל העיר תאכל חמץ בפסח.
(מפי ר' ח. אייזנשטאדט)

אפנים, איר מאן דער רב איז נישט געווען גענוג פרום פאר איר. אין דעם זעלבן מקור ווערט דערמאנט נאכאמאל די חומרא פון זאקן אויף קעץ, און נאך חומרות:

שרה'קע הרבנית אדוקה מאד היתה והחמירה יותר משהיה מחמיר הרב. "בבית המרקחת של רבי פייבל כהנוב בירושלים, מקום שם היו מתכנסים הבילויים אנשי שה"ו [שיבת החרש והמסגר], היו משיחים ומספרים גוזמאות על דקדוקי הכשרות של שרה'קע הרבנית: ערב פסח היתה מגעילה את ידות הדלתות [טיר קלאמקעס] ומנעילה את החתול שעמה בבית-גרביים, מחמת חשש שלא יידבק משהו חמץ בכפו" – סיפר ר' דוד יודלביץ, ואמנם גם בלומזה הפליגו לספר בחומרותיה והיו אומרים "בבית שרה'קע הרבנית נועלים החתולים מגפים בפסח".


אויך דארט, א דבר חכמה פון איר:

כשכתבו תנאים בינה ובין רבי יהושע ליב דיסקין, ברכו כולם את החתן במזל טוב, ברכה גם היא את החתן במזל-טוב ואמר לו: אל תהי ברכת כלה הדיוט בעיניך.


בדורו פון רבי יהושע ליב איז געווען באקאנט די חקירה צי האט ער פרום געמאכט זיין רעבעצין, און זי איז געווען גאר אן אשה כשרה העושה רצון בעלה, צי פארקערט, די רעבעצין האט משפיע געווען אויף אים. די פרומע האבן געשריגן אז זי איז געווען די אשה כשרה העושה רצון בעלה, און אירע חומרות האבן אפגעשפיגלט זיין פרומקייט, און די משכילים און ציונים האבן געשריגן אז ער איז נשפע פון איר. דא איז נישט דאס פלאץ אריינצוגיין דערין, און דער וואס וויל עס נאכגיין קען ליינען אן ארטיקל "אשה בהנהגת הישוב הישן במאה הי"ט הרבנית שרה סוניה דיסקין – הרבנית מבריסק" וואס איז געשריבען געווארען דורך נ. אריאל. וואס מיר וועלען דא נאכגיין איז מברר צו זיין וויאזוי האט די פארברייטערטע דיסקין משפחה אויסגעקוקט, צי איז קנאות און חומרא געווען די שטייגער, אדער איז זי געווען אן אויסנאם?


רב"ד – רבי בנימין האראדנע

לאמיר אנהייבען מיט רבי יהושע ליב'ס טאטן, רבי בנימין האראדנא. ער איז געווען איינער פון די גדולי הדור בשעתו. אין דעם ספר 'במחיצתם של גדולי ישראל' שרייבט יעקב מארק:

רבי בנימין דיסקין הידוע בשם "ראב"ד" [נראה שצ"ל רב"ד והוא ראשי תיבות של ר'בי ב'נימין ד'יסקין -גראדע א שטייגער פון די משכילים אין יענע צייטען זיך צו רופען מיט'ן ר"ת, לדוגמא: רמ"ד, רנה"ו, שי"ר, רנ"ק וכו'] היה אחד הטפוסים המעניינים ביותר בין רבני דורו. מלבד גדולתו ושכלו החריף, היה ידוע בהנהגתו, שהיה נוהג בנימוס גדול ובדרך ארץ. הוא היה כמעט הרב היחיד בדורו שהקפיד מאד על החיצוניות. והיה לבוש תמיד בגדים נאים ומצוחצחים, והנהגתו היתה בהתאם גמור להלכות דעות של הרמב"ם. וכינוהו בצדק "הרב האריסטוקרטי". רבי יצחק אלחנן למד ממנו הרבה, ולא תורה בלבד אלא גם דרך ארץ. גם ב"אוצר הרבנים" (מספר 3683) מתואר רבי בנימין דיסקין כ"רב גאון אדיר וחכם מצויין, 'הדור בלבושו'..."


מיר זעען שוין אביסל מער א מאדערנער סארט רב. גאר ערליך און גאר גרויס, אבער נישט אלטמאדיש.

אין דעם ספר 'דן יובלין' פון חיים דובער גולבסקי (עמוד מב) שטייט:

כאשר נתקבלתי לתת שיעורים ולהרביץ תורה בבית מדרש למורים, הייתי בא על כל החגים ללייקוואוד. שם זכיתי בחגים לשמש גדול הדור, ומנו החכם השלם איש האשכולות מרנא ורבנא חיים העליר, שהיה ממש במלוא מובן המילה אנציקלופדיא חיה. דברנו פעם אחת על השכלה ויתרונותיה, ויותר מזה חסרונותיה. החכם השלם כליל המדעים איש האשכולות מרן חיים העליר, דבר על טשטוש הגבולות בין קנאים ומשכילים. פתאום אמר לי: אתה יודע שהרה"ג המובהק מרן בנימין דיסקין אביו של רבינו יהושע ליב, היה במידת מה משכיל בחכמת הדקדוק ועוד. היה לו בן, אחיו של רבינו יהושע ליב, שהיה חתנו של הרב חיים דאווידסאהן רבה של ווארשא. הוא היה מהמשפחות הכי מודערניות בכל פוילין. דברו שם פולנית ספרותית, מבצר ההשכלה. ורבי יהושע ליב היה ביחסים טובים עם אחיו, למרות שהיו השקפותיהם שונות."


לימודים אזוי ווי קידוש החודש אד"ג, וואס זענען פארבינדען מיט קענען מדעים, איז נישט געווען אזוי די שטייגער אז רבנים זאלן זיך אזוי גוט באקענען מיט דעם. אינטערעסאנט אז אין דעם פירוש מהרז"ו אויף פרקי רבי אליעזר אנהייב פרק ששי וואס רעדט זיך וועגען תקופות און מזלות, טרעפן מיר דאס פאלגנדע:

יען שבשני פרקים אלו, פרק ששי ופרק שביעי, מדבר בעניני תקופות ומולדות ולקויים אשר אין לי ידיעה בענינים אלו, על כן היתה בקשתי מאת הרב הגאון החכם הכולל מו"ה בנימין [דיסקין] נ"י ראב"ד דק"ק הוראדנא, שהוא ישים לבו הטהורה לבארם כי לו יאתה, וברוב טובו וחסדו נעתר לבקשתי, על כן אני מודיע נאמנה שהביאור על אלו ב' הפרקים מאת הרב הגאון הנ"ל ובלשונו הטהור.



תלמיד רב"ד – חז"ס

רב"ד האט געהאט א תלמיד חיים זעליג סלונימסקי, וועלכער האט זיך גערופן 'חז"ס'. ער איז געווען א שומר תורה און מצוות און געהאט א לאנגע ווייסע בארד, אבער איז געווען א שטארקער משכיל.

Slonimski_Chaim_Zelig.jpg


חיים זעליג סלונימסקי האט געשריבען א ספר 'מוסדי חכמה' אויף חכמות העולם. דער ספר איז געווען מעוטר מיט די הסכמות פון הגאון רבי אריה ליב קאצנעלינבויגן מבריסק, רבי אברהם אבלי מווילנא (וואס האט געשריבן גאר א ווארעמע הסכמה, ויש להאריך בזה ואכ"מ), הגאון רבי אליקים געציל מאיר מעיר שוויסלאץ, און פון הגאון רבי ירוחם אלטשולר פון באדקי. נאך דעם עמוד פון הסכמות ווערט געדרוקט א ליסטע פון די מענטשן וואס האבען געגעבן דמי קדימה צו קויפן דעם ספר. דארט ווערט עקסטער דערמאנט רבנים און בעלי בתים. בנוסף צו די פיר רבנים וואס האבען מסכים געווען אויף דעם ספר, ווערט דארט אויך דערמאנט דער נאמען רבי בנימין דיסקין. מערקווירדיג איז אז אין די רשימה פון 'בעלי בתים' ווערט דערמאנט 'רבי שמואל שטראסון מווילנא', באקאנט אלס דער רש"ש!

בענין זה איז כדאי צו דערמאנען א מעשה וואס ווערט דערציילט אין 'האיש על החומה' (כרך ראשון ירושלים תשס"ו 202-203) אונטער דעם קעפל "מעשה במשכיל שביקש הסכמה":

על מעשה 'הסכמה' שאירע אצל רבי יהושע ליב בהיותו רב בשקלוב, מסופר מפי אחד מתלמידיו המקורבים, וכך היה מעשה:

הסופר חיים זליג סלונימסקי, שנמנה על חוגי המשכילים חיבר ספר 'יסודי העיבור' על חכמת העיבור, טרח ובא לשקלוב לקבל הסכמה מאת הגאון הצעיר אב"ד שקלוב, ששמע גאונותו וחריפותו הלך בכל גלילות רוסיה וליטא.

משנודע לבחורים הצעירים, תלמידי ישיבתו של המרא דאתרא, על מטרת בואו של הסופר המשכיל, נתלבשו רוח קנאות, ובאו אל רבם, ואמרו: שאם אמנם יקבל המשכיל סלונימסקי הסכמה מהגאון, זה יגרום לכך, שהרבה צעירים ילמדו היתר מכך, יסגרו את הגמרות ויפנו ללימודי ההשכלה, נתן בהם רבם מבט סלחני ופטרם בשתיקה.

חיים זליג סלונימסקי, שהגיע לשקלוב ביום חמישי אחר הצהרים, השאיר את ספרו אצל המרא דאתרא, על מנת שיעיין בו עד למחר בבוקר. ביום ששי בבוקר כשבא סלונימסקי לרבי יהושע ליב, הכניסו לחדר הבד"צ וסגר אחריו את הדלת, כשהתלמידים ממתינים בחוץ מתוך סקרנות, לראות איך יפול דבר. משראה סלונימסקי שהרב מכניסו ללשכת הבד"ץ נצנץ מעיניו ברק של סיפור על היחס המיוחד אליו מצד הגאון, וכבר נדמה לו שאכן השיג את מבוקשו.

נטל רבי יהושע ליב את העלים של הספר, דפדף בהם, והעמיד את המחבר על שמונה עשרה טעויות ואי-דיוקים שמצא בספר. סלונימסקי שנחשב לאחד מגדולי הידענים בחכמת התכונה, לא איבד עשתונותיו: עיין בהשגותיו של הרב – על ששה מהן הודה ששגה, על חלק הסביר את עצמו, ועל היתר הצטדק שהעתיק ממחברים אחרים מבלי לבדוק אמיתותן, והם ששגו והטעוהו כנראה. 'מחבר שאינו בודק וחוקר היטב מה שמביא ומעתיק מאחרים, אינו ראוי להסכמה' פטרו רבי יהושע ליב לשלום.

עס זענען פארהאן צוויי גרויסע פראבלעמען מיט די מעשה:

1- שֶשֵמַע גאונותו וחריפותו הלך בכל גלילות רוסיה וליטא – חז"ס האט געקענט רבי יהושע ליב פון לערנען אינאיינעם ביים טאטן פון רבי יהושע ליב. דער מספר המעשה וויל ארויסברענגען וואס פארא וועלטבארימטער חכם און גאון רבי יהושע ליב איז געווען [ער איז טאקע געווען, אבער נישט דאס איז די ראיה], און ער ברענגט א ראיה פון דעם וואס א געוועזענער ידיד זיינעם איז געקומען צו אים.

2- דער ספר 'יסודי העיבור' האט נישט קיין איין הסכמה. זייער נישט מסתבר אז נאכ'ן דורפאל מיט רבי יהושע ליב האט ער זיך מייאש געווען אויף קריגן הסכמות. מער מסתבר איז אז נאר מיט זיין פריערדיגן ספר 'מוסדי חכמה' האט ער געמוזט האבן א הסכמה על פי חוק הממשלה, ווי נחום סוקולובסקי איז מעיד, און שפעטער האט ער בכלל נישט געדארפט קיין הסכמות.

מער מסתבר צו זאגן אז מען האט דא פארמישט רבי יהושע ליב מיט זיין טאטן און דעם ספר 'יסודי העיבור' מיט 'מוסדי חכמה'. מיר זעען טאקע אז חז"ס איז געקומען צו זיין רבי רב"ד [הגאון רבי בנימין דיסקין זצ"ל] מיט זיין ספר 'מוסדי חכמה', און מסתבר איז אז ער האט געבעטן א הסכמה.

למעשה זעען מיר אז כאטש אפילו רב"ד האט צוגעזאגט צו קויפן דעם ספר, האט ער קיין הסכמה נישט געגעבן.

לסיומא דמילתא דחז"ס, וויל איך ארויס ברענגען אז סלונימסקי האט געשריבן א ספר [שנת תרי"ב] וואס האט געהייסן 'מציאות הנפש', וואס דער גאנצע נאמען דערפון איז געווען "מציאות הנפש וקיומה חוץ לגוף – מבואר על פי ראיות נכוחות הלקוחות מן בחינות הטבע". א סאך גדולי ישראל האבען משבח געווען דעם ספר וואס האט זיך באנוצט מיט וויסנשאפטליכע ראיות צו באווייזן אז דער נפש בלייבט נאכ'ן טויט – השארת הנפש. ראה ספר זכרון יעקב (חלק ג עמוד 205). דער ספר ווערט געברענגט דורך הגאון רבי מרדכי גימפל יפה אין זיין פירוש תכלת מרדכי אויפ'ן רמב"ן (בראשית א, יד).

לענינינו: לעצטנס איז געדרוקט געווארען אין אוצרות ירושלים (חלק יג עמוד ל) פון דעם כתב יד פון רבי יהושע ליב:

העיקר, ידוע אנחנו מאמינים בהשארות הנפש, ואולם חה"ע [בשולי הגליון כתבו: אולי צ"ל חכמי האומות העולם – ובאמת הכוונה ל"חוק שימור החומר" שהמציאו המדענים בני המאה ה-18] מודים בזה, לפי שלא נמצא בעולם שום נברא שנעדר מן העולם, כי אם לבוש צורה אחרת, וכן הנשרף נשאר אפר והעודף בעשן נשאר נחלק למים ואויר, ונפש זה שהכרנוה בחיים איפה היא? אם לא שישנה בפני עצמה וכו'.


די ווערטער דערמאנען זייער שטארק פון דעם ערשטן מאמר אין חז"ס'ן ספר מציאות הנפש. דער תמצית פון דעם מאמר איז:

בו יבואר שאין הפסד וכליון, השבתה ואבדון בעולם ואם הנפש נמצאה במציאות אי אפשר עוד שיאבד נצחה אחרי מות הגוף.



רבי נח יצחק דיסקין

רבי יהושע ליב האט געהאט א ברודער הרב נח יצחק דיסקין פון לומזה. לויט הרב משה צינוביץ (אישים וקהילות עמוד 384) האט ער באלאנגט צו די חובבי ציון. אין די ספר 'עץ חיים' (שו"ת ממשפחת אבלסון עמוד פב) ווערט רבי נח יצחק באשריבן בזה"ל: הגאון המפורסם זך הרעיון החכם הכולל ר' יצחק דיסקין.

אינעם 'אנציקלופדיה של הציונות הדתית' (ערך דיסקין, נח יצחק) ווערט דערמאנט אז ער האט אנטיילגענומען ביי דער אסיפה פונעם חובבי ציון אין לומז'ה און משום כבוד אחיו רבי יהושע ליב, ראש הקנאים בירושלים, האבען די קנאים זיך צוריקגעהאלטן פון מוחה זיין קעגן דער אסיפה.

אין ספר זיכרון פון קהילת לומז'ה (אכסניה של תורה עמוד 109) שטייט:

רבי נח יצחק היה אדם יפה-תואר, הדור בלבושו, אציל הרוח ונוח לבריות. בדיני תורה ו"שאלות" היתה דרכו להקל. בחוגי הממשלה כבדוהו לרגל תלבושתו המהודרת וכובע צילינדרו המבריק, והציגו אותו דוגמא לעומת רבנים אחרים, מסביבות לומזה, שהיו באים אל השלטונות כשאינם לבושים כהוגן ורבבים על בגדיהם.

זעט אויס ער איז אויך געווען שיין אנגעטוהן אזוי ווי זיין טאטע רב"ד, ווי אויבן דערמאנט. אויך ווערט דערמאנט אז א פוילישער מאלער האט געזאגט אז צו קענען מאלן די פאטריארכאלישע צורה פון ר' נח יצחק דארף מען האבן דעם קונסטליכן בארשט פון רפאל אדער ראמבראנדט.


רבי יצחק ירוחם דיסקין

בנו יחידו של רבי יהושע ליב, רבי יצחק ירוחם דיסקין, ווער איז געווען ממשיך דרכו של רבי יהושע ליב, לויט די בוך 'דורות האחרונים' (עמוד 111 ערך דיסקין, יצחק ירוחם) איז געווען "גאון גדול וחריף, מופלא במדע ויודע לשונות".

YYDiskin.jpg



שלוס

האבן מיר געזען דא די פילע געלערנטע כאראקטערס מיט וועמען דער בריסקער רב, הגאון רבי משה יהושע ליב דיסקין זצ"ל, איז געווען ארומגענומען. אנגעהויבן מיט זיין ווייב סוניה, זיין טאטע רבי בנימין האראדנער, זיין טאטנ'ס תלמיד חז"ס, זיין ברודער רבי נח יצחק, און זיין זון רבי יצחק ירוחם.

קיינער האט נישט קיין ספק אז רבי יהושע ליב איז געווען א קדוש עליון און א מקנא קנאת ה' צבאות. מיר ווייסן אז ער האט געקעמפט ביד רמה קעגן לערנען שפות זרות אין עיר הקודש ירושלים. אבער די שאלה איז פון וואו קומט דאס אז פונקט דער מענטש וואס זיין משפחה ארום און ארום זענען געווען מלומדים, און אוודאי נישט קיין קנאים און חדש-אסור-מן-התורה-סטיל רבנים, זאל זיין דער וואס זאל פירן קנאות'דיגע קאמפן און אזש זיין א מוסטער פון קנאות?

קיין תשובה האב איך נישט, ובאתי רק להעיר.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר