קריטיק אויפן ינוקא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

קריטיק אויפן ינוקא

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

איך האב עס געשריבן אלס תגובה אין דעם אנדערן אשכול, אבער ס'האט זיך פארלענגערט, האב איך באשלאסן צו מאכן דערפון א באזונדערן אשכול:

...
דער גאנצער וועלט איז אויף מיטן ינוקא, מען שמועסט איבער די וואונדערליכע צוואה, טייל דריקן אויס שטוינונג און עפענען אפאר אויגן, אנדערע קוקן ארויף מיט התפעלות אויפן אלטן (יונגן) רבי'ן וואס האט גענומען די קאראזש און געקוקט אויף ווער ס'איז באמת ראוי און נישט אויף זייטיגע חשבונות, ס'זענען אפילו דא וואס זענען חושד אז די גבאים האבן געוואלט צופיקסן דעם עלטערן און מען האט געטאן וואס מען האט געטאן (כפי השמועה איז דאס געווען די ערשטע רעאקציע ביים עפענען די צוואה, בשעת קיינער האט נישט געקענט גלויבן אז דאס איז ריכטיג). אזוי צו אזוי זענען אלעמענ'ס אויגן געוואנדן צום יונגן ממשיך, מען באטראכט אים, מען איז אים בודק די ציצית און מען שמועסט פון אים.

עס איז נישט קיין סוד אז אין פילע פלעצער האט זיך דאס הערליך איינגעגעבן, וויבאלד א יונגערמאן קען פיל אויפטון, ער האט נאך די כוחות, די אמביציעס, א יונגערמאן איז נאך פריש מיט א רתיחת הדם און קען שטיפן וועלטן, ער איז נאכנישט טרוד מיט קיין שטוב, פראבלעמען פון קינדער און אייניקלעך, ווי אויך געזונט, קען מען דאך אנהויבן און אויספירן ממש וועלטן. גיבט נאר א קוק אויפן בעלזער, באיאנער, סטאלינער און אנדערע אין דער מצב, האבן ממש אויפגעלויכטן זייערע פלעצער און געבויעט אן אימפעריע. ריכטיג, אין אנדערע פעלער האט זיך עס נישט אזוי איינגעגעבן, גיבט א קוק אויף פאפא, אבער רוב מאל איז דאס געווען א פיינער שריט, אויב דער זוהן איז טאקע ראוי געווען דערצו.

אין אונזער פאל, שמועסט מען אז דער זוהן איז טאקע ראוי דערצו. איבערגייענדיג זיין היסטאריע, איז יעדער איינער מלא שבח ותהילה אויף דעם יונגערמאנטשיק, וואס זיצט און לערנט, זיין איידלקייט און ענוות חן גלאנצט ארויס פון זיין פנים, יעדער וואס קען אים פון די בחורי'שע יארן, איז מעיד אז ער איז גאר א חשוב'ער זאך, ער האט זיך פארהערט ששה סדרי משנה אלס בחור, און זיין טאטע האט אים משבח געווען ביים בעלזער רב. נו, איז דאך זייער שיין אז א יונגער תלמיד-חכם וועט איבערנעמען די רבי'סטעווע.

אבער פאוואליע: גיבנדיג אביסל א קוק איבער די אקטיוויטעטן אין די לעצטע טעג, קען מען אויך קוקן דערויף מיט אן אנדערן בליק. עס איז גאנץ קלאר און פארשטענדליך, אז דער עסק איז ארויפגעפאלן מיט א שאק אויף די פלייצעס פון א יונגער בחור, קוים א חתימת זקן, וואס די מוטער מילעך דערקענט זיך אים נאך אויף די ליפן. עס איז גאנץ קלאר אז ער ווייסט נישט פונקטליך ווי אזוי דאס צו עסן, ער האט נאכנישט געלאנדעט פון די געשיכטע און ווייסט נאכנישט אויף וועלכער וועלט ער געפינט זיך. ער איז היבש פארלוירן. דאס ווייזט אסאך איבער זיין קוואליפיקאציעס און צי ער איז טאקע דער ריכטיגער מענטש צו פירן א פלאץ.

אין די לעצטע טעג, איז דער קינד געשטאנען פאסיוו, ער איז נישט געווען אקטיוו. ער האט נישט גענומען קיין שום שטעלע און ער האט גארנישט געטאן אדער געפירט, ער האט נישט גענומען קיין מיינונג און ער זאגט נישט קיין מיינונג. ווער געדענקט נאך ווי אזוי דער בעלזער איז אריינגעקומען מיט א טעצל אין קעשענע, דאס ארויסנעמענדיג פאר קידוש, צו ווייזן דעם עולם ווער ס'איז דא באלעבאס (ער איז געווען יונגער פונעם יעצטיגן בחור). ווער געדענקט נאך די קונצן פונעם סטאלינער אין די ערשטע שטיק צייט... די רבי'ס האבן געהאט די בצים צו טון וואס זיי געפעלט, צו ווייזן אז זיי זענען באמת באלעבאס. דער יעצטיגער ינוקא איז טאקע אן איידעלער יונגערמאן, אבער אפשר איז ער בכלל נישט ראוי לאותו דבר, ס'וועט האבן א פנים ווי פאפא...

איך וואלט ערווארטעט צו הערן, אז דער בחור'ל איז אריינגעקומען אין שוהל א טאג נאך די שבעה, אריין אין טאטענ'ס דאווען צימער, ארויסגעגעבן עפעס א קריאזן באפעל, ס'זאל זיין מיט וואס זיך צו באסמאקעווען... בכלל, וואס איז זיין מיינונג אויפן עלסטן ברודער? - מ'דארף אים מקרב זיין, מרחק זיין? - וואס איז דער סטאטוס? - מ'הערט נישט פון אים... ס'איז נישטא קיין הנהגה - ער זאגט נישט קיין מיינונגען אויף וואס ס'פאסירט אצינד ארום אים.

ס'איז נישט קיין חסרון, ער איז נאך יונג. אבער... איך פארשטיי אז ער זיצט און לערנט, אבער איז ער ראוי צו פירן א קהילה? - קען ער, פארשטייט ער דערצו? - דערווייל זעה איך, אז ער לאזט צו דעם עלטערן ברודער נעמען ירושלים און דעם אנדערן ברודער לאנדאן, און ווען ער טוט דאס ווען בדחילו ורחימו, דהיינו ער קומט אריין אין שוהל און זאגט אויפן מיקראפאן: "רבותי, מיין ברודער הרב מש"י איז א צדיק יסוד עולם, ער איז רבי אין ירושלים, קיינער זאל נישט פוגע זיין בכבודו, איך קען אים נאך פון די יונגע יארן וכו' וכו'..." נו, שוין, החרשתי, זאגט ער דאך זיין מיינונג. אבער דער רעדט דאך נישט... ער לאזט די גבאים, משפחה, מאמע, רבנים, אנדערע זאלן טון די ארבעט פאר אים. נו, אלא מאי אז ער איז נישט ממש מסכים, לאמיר זען אז ער זאל ארויסקומען מיט א שטיקל רמז, עפעס... איך גלייב אז אלע בחורים שטייען קאמפס-גרייט פאר זיין ווארט. דערווייל איז ער ווי מ'רופט עס אין עברית, א "מלך בובה" - מ'פירט אים... ער איז פאסיוו, נישט אקטיוו. אפילו אויפן דאקיומענט פון די קינדער, וואו מען שטעלט קלאר אז די מאמע'ס רצון איז געמאכט געווארן בהסכמת כל הבנים, שרייבט דער ינוקא זיין נאמען צום סוף, נישט פון אנהויב ווי ס'וואלט זיך געפאסט.

אויסער דעם, איך האב געהערט א דרשה פון דעם ינוקא, וואס ער האט געזאגט נאך אין אנטווערפן. כ'בין נישט אימפרעסט געווארן, רעדט ממש ווי א יונגערמאן פאר זיין עידזש, אפשר שוואכער אפילו... זאגט אביסל תורות וואס ער האט געליינט, א מעשה'לע, תוכן איז גאנץ שוואך, מאכט גענוג טעותים און שטאטערט אביסל ביים רעדן, ס'קוקט אויס ווי ער ליינט פון פאפיר... מאידך, זיינע אנדערע ברידער רעדן שטערקער, בפרט דער פון לאנדאן וואס פארמאגט גאנץ א ווארעמע וועג פון רעדן, און ער רעדט מערכות, דער אנהויב האט שייכות מיטן סוף (לאפוקי די דרשות פונעם ינוקא) - שוין אפגערעדט די דרשות פון הרב מש"י, ער רעדט דאך ווי א ממשיך... ער האט זיך דאך געגרייט דערויף אלע יארן. אבער במחילת כבודו, איך נעם נישט אוועק פון זיין התמדת התורה און איידעלע פנים, אבער די דרשות זענען מער ענדליך צו די דרשות פון מיין אכט-יעריגן ברודער ביים חנוכה מסיבה פון חדר, ווען די מנהל האט אים געשטעלט זאגן א דרשה ביים גרויסן חנוכה מסיבה.

יא, ער האט טאקע אן איידעלע צורה, און טאקע ווייל ער האט נאכנישט קיין בארד, גיבט עס צו, צו די מיסטישקייט און העכערקייט פון די "ינוקא'שאפט", אנדערש פון זיין עלסטער ברודער וואס איז שוין באוואקסן און זעט אויס "נארמאל", און מיר ווייסן דאך דעם כלל אז "נארמאל איז נישט אינטערעסאנט"... אויך, זיצט ער יעצט און לערנט. אבער א מינוט: לערנט ער יעצט מער ווי זיין עלטערע ברודער האט געלערנט אין זיינע יארן - צוויי יאר נאך די חתונה? - קען זיין, כ'ווייס נישט. ביסט אזוי זיכער אז ווען נישט ער וועט יעצט רבי, וואלט ער אזוי אנגעהאלטן נאך א צען יאר? - צי ער וואלט געווארן א געלונגענער ביזנעסמאן... ס'איז אבער מיסטיש, העכער, פאני... דער עולם איז היי, מען טאנצט אור זרוע לצדיק, און דער אפרוח וואס האט קוים באוויזן אויפצוקלאפן די אייער שאלאכטס, שטייט א פארלוירענער, דעקט זיך צו דעם פנים... ס'איז עפעס הייליגער, רוזשינ'דיגער, ס'מאכט אויך דעם פריעדיגן רבי'ן א הירא, סא פארוואס נישט...

דער עולם טאנצט דערווייל ארום דעם עגל, כ'פארשטיי, ס'איז ניי, ס'איז פריש, עקסייטינג, אבער ווען מ'וועט זיך דערזען אז דער נייער רבי האט נישט קיין ביצים, וועט עס זיין אן אנדערע מעשה...

דאס איז בלויז א מחשבה אויף דער יעצטיגער מינוט. ס'מוז נישט זיין אז דאס איז טאקע די מציאות, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט געזען אינעם נייעם רבי'ן, עפעס הנהגה, שטארקייט און סימנים אז ער איז ראוי דערצו. אינעם עלסטן האבן מיר יא געזען.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר