דער חסידישער ליטוואק

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

דער חסידישער ליטוואק

שליחה דורך טיכטיגער »

"טראריליליי טענק יו האשעם, דען טי רי ריי, טענק יו האשעם. אוי, הפעם אודה את השם... איי לי ליי ליי, טענק יו האשעם, איי לי ליי ליי, טענק יו האשעם."
דער ניגון גייט סינאנים מיט א סצענע וואס מיר האבן געזען אסאך דורכאויס די קאראנא עפאכע, ווען א הצלה-אמבולאנס קומט אן צו א הויז, אהיימברענגענדיג א קוויד-19 שפיטאל-באפרייטער פאציענט, און ווי נאר די טיר פונעם אמבולאנס שפראלט זיך אפן, האט דער ניגון "איי לי ליי ליי, טענק יו האשעם, איי לי ליי ליי, טענק יו האשעם", אנגעהויבן באכענען פון אפאר קראצעדיגע ספיקערס פון דערנעבנדיגע געפארקטע קארס, און די משפחה און פארזאמלטע האבן זיך ספאנטאן ארויסגעלאזט אין א טאנץ.

א נאמען וואס שטימט נישט מיט'ן אויסזען
דער נאמען דזשואי, גייט מער פאר א דעליווערי-בוי ווי איידער א חסידישער-ליטווישער זינגער, מיט גלות-לאנגע פיאות, וואס ליגט רוב מאל באקוועם אויפ'ן אויערן, אבער ווילד צושטרויבלט, ווי תיכף נאכ'ן ארויסקומען פון זיך טינקען ש"י טבילות.
דער נאמען דזשואי רעפלעקטירט נישט זיין אויסזען און לבוש, אבער גלייכצייטיג טוט זיין זינגען פונקט אזוי אויך נישט רעפלעקטירן זיין חסידישער אויסזען.

דער נייער כוכב
אין די לעצטערע יארן האט זיך ארויפגעשטופט אויפ'ן שוין-אזוי-אויך אנגעפאקטן היימישע מוזיק ארענע א בעל מנגן, וועלכער האט אנגעהויבן מיט א סינגל דא, א סינגל דארט, און פון דארטן איז ער שוין געגאנגען בארג ארויף, און געווארן גאר פאפולער - ספעציעל ביי די ליטווישע/מאדערענע, אבער זיינע ניגונים האבן זיך אויך היפש איינגעגעסן ביי חסידים.

די רעדע דא איז פונעם בעל מנגן יוסף/דזשואי ניוקאמב.

יוסף/דזשואי ניוקאמב, איז היינט א באקאנטער נאמען ביי פרומע מוזיק-ליבהאבער. ער האט שוין ארויסגעגעבן צוויי אלבומס, און עטליכע סינגעלס, אריינגערעכנט עטליכע קארני ניגונים – ווי דער קראך פונעם פיקל...; אבער בעיקר איז ער באקאנט געווארן צוליב זיין אויבנדערמאנטער וועלט-בארימטער טענק יו האשעם ניגון, און גאנץ לעצטענס אויך דער ניגון מי כעמך ישראל, וועלכער ער האט ארויסגעגעבן מיט בעני פריעדמאן, און ווערט געזינגען ביי פילע חתונות אלס לוסטיגער טאנץ-ניגון.

דער ישיבה בחור לערנט כינעזיש
אלזא, ווער איז דער אינטערעסאנטער בעל מגנן וואס איז משלב עטליכע וועלטן, א חסידישער טראגע, ליטווישער הברה, און נישט-אידישער צונאמען?
יוסף/דזשואי, ניוקאמב, איז א פשוטער ליטוואק, א טאטע פון דריי קינדער, פון פאר-ראקעוועי. ער דינט היינט אלס א מגיד שיעור פאר אינגע ישיבה בחורים; און אין די זייט גיט ער זיך אפ מיט נגינה, ער שפילט גיטאר און פארפאסט ניגונים – טייל דערפון וועלט-בארימט.
יוסף/דזשואי, איז אויפגעוואקסן אין קיו גארדענס, קווינס, צו זיינע עלטערן – ביידע בעלי תשובה, אריגינעל חסידישע אפשטאמיגע, פון בעלזא חסידים.

ער האט אלס בחור צווישן-אנדערע געלערנט אין ישיבת שערי ארזים אין מאנסי (וואס מ'זעט אלץ אדווערטייזט אז לערנען אויס די בחורים שפילן אינסטרומענטן וכו', מ'זעט זיי צומאל פערפארמען ביי שמחות צי ביים ל"ג בעומר פאראדע אין בארא פארק) און אין ישיבת מיר אין ירושלים.
זיין נאמען דזשואי, זאגט ער אז ס'האט זיך אנגעהויבן אלס א פשוט'ער צונאמען דורך זיינע חברים, אבער ס'איז שוין געבליבן צוגעקלעבט צו אים ביז היינט.

אלס בחור איז ער געווען גאר א לעבעדיגער טיפ, און ער האט שטענדיג געהאט פילע קאפריזן; צווישן אנדערע האט ער זיך טיילווייז געלערנט צו רעדן כינעזיש... אבער ביי די 18-20 האט עס דערגרייכט א קלימאקס, ווען ער האט באשלאסן אז ער שטאמט דאך פון חסידים, און ער וויל זיך לאזן וואקסן לאנגע לאקן... און אנטאן א בעקישע שבת.

עס האט זיך אנגעהויבן אלס אן אימפולסיווער שריט אלס צענערלינג, אבער דאס איז שוין פארבליבן ביז היינט... די חיצונות האט משפיע געווען אויף זיין פנימיות, און היינט קאכט ער זיך אין חסידישע ספרים און תורות, אבער זיין הברה און לעבנסשטייגער איז נאך אלס ליטוויש, אלזא האט זיך צוזאמגעשטעלט אן אינטערעסאנטן מיזוג פון א חסידישער דזשואי מיט א ליטווישער הברה, וועלכער איז א פראמינענטער נאמען ביי חובבי שיר.

דער קלימאקס האט ער דערגרייכט ווען אביסל נאך זיין חתונה האט ער פארפאסט עטליכע ניגונים, און עס ארויסגעגעבן אין א פארמאט פון א סינגל. איין טאג האט ער געהערט זיינס א חבר זינגען דעם ניגון 'טענק יו האשעם', ער איז געפאלן אין לאוו דערמיט, און עס ארויסגעקומען. די אינטערנאציאנאלע 'טענק יו האשעם' מאוומענט האט דאס תיכף אדאפטירט אלס זייער אפיציעלע הימנע פון דאנקען ג-ט, און פון דארט ביז'ן ווערן וועלט-בארימט איז שוין געווען א קאצן-שפרינג.

היינט איז ער גאר אן אויפגעכאפטער זינגער, ספעציעל אין די נישט חסידישע קרייזן. ער איז נישט דער טיפישער חתונה-זינגער, אבער ער ווערט יא גערופן אסאך צו קאנצערטן, קומזיצן, און אויפטריטן פאר פילע ארגאניזאציעס.

זיין טענק יו האשעם לידל - https://www.youtube.com/watch?v=Byo7t9hJXG4
זיין מי כעמך ישראל לידל - https://www.youtube.com/watch?v=fOjGGECf54Q
בייגעלייגטע פיילס
soundsR.jpg

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר