הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אין די יעצטיגע טעג קומט אריין די נייעס, אז עס איז געווארן א נייע רבי אויף די גאס, האדמו"ר ר' יעקב יצחק לייפער שליט"א מבאניע. ער גייט פירן די וואך א שבת, איך זאג אייך... אוחח... די קוגל... בקיצור, קרעטשניף, באניע, נאדבורנא... ס'גייט זיך גיסן אורות דארט...

ערנסט גערעדט, א נייע רבי אויף די מארקעט. דער רבי האט אסאך ידידים ומעריצים, אין וויליאמסבורג, מאנסי און ווי אימער. מ'זאגט אויף אים אז ער איז אן אייגנארטיגער כאראקטער און ער וועט נאך איין טאג זיין א גרויסער רבי און פועל ישועות כדרך אבותיו ורבותיו.

וויל איך דא אויסשמועסן צווישן די וואס קענען אים, די אייגנארטיגקייט און געשמאק פון דעם נייעם רבי'ן. איך בין זיכער אז ס'זענען דא אסאך וואס קענען אים און קענען צוגעבן צו דעם שמועס.

אין קורצן, איז ער א יונגערמאן מלא חן, שטארק חסידי'ש און חניוקיש, אסאך געווייקט ביי אדמורי בית נאדבורנא וקרעטשניף. אין ירושלים געדענקען מיר אים זיצן אין אושפיצין, תחת הנהגת ר' מנחם ווייס, אבער נישט נאר דארט... וואו ס'איז געווען א גוטע וואונקל, אדער א נאדבורנא ווינקל, איז ער שוין געשטאנען דארט און גענאשט. ער איז א געוואלדיגער בקי במנהגי ועניני החסידות בכלל, און לבית נאדבורנא בפרט. ער קען גוט נוסח ובפרט נוסח לבית נאדבורנא. זיין פנים און געשטעל אליין זאגט אויס נאדבורנא, און טאמער וועט ער באקומען א שניט און די האנט, וועט רינען פון דארט נאדבורנא.

אויסער דעם איז ער א גרויסער בעל חסד, א שדכן, און א געשמאקער חשוב'ער חסידי'שער יונגערמאן, און אצינד א פועל ישועות אויך.

אה, שיער נישט פארגעסן... א ינוקא אויך!

ווער קען זאגן נאך?

דער אשכול פארמאגט 91 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר