נאפאליאן באנאפארטע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

נאפאליאן באנאפארטע

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ס'מיר געווען א חידוש צו זעהן אז אויף אזא היסטאריש וויכטיגע פערזענליכקייט, איינער וואס ביז היינט ברענגט זיין נאמען ארויף שעצונג, ס'דערמאנט העלדישקייט און פירערשאפט, איינער וואס האט געטוישט די ריכטונג פון די וועלט'ס געלויף, ווי 'נאפאליאן באנאפארטע' איז נאך נישט פארהאן קיין אשכול, האב איך באשלאסן צו נעמען מיין טשאנס און פרובירן צו באשרייבן זיין לעבן.


און א הייסע Aug. 15 יאר 1769 למספרם, אויף די קליין אינזל 'קארסיקע' איז געבוירן געווארן א קינד, די עלטסטע פון 12, צו די 'באנאפארטע' פאמיליע וואס איז אנטלאפן פון 'פריינקרייך', א נאמען האט ער באקומען א פראנצויזישע, 'נאפאליאן', דער קליינער 'נאפאליאן' איז אויפגעוואקסן אין שטורעמישע צייטן, ווען דער מעכטיגע פראנצויזישע אימפעריע האט זיך פארמאסטן מיט די איטאליענישע קעניגרייך אין א מלחמה איבער די אינזל, וואס ליגט ביים ברעג פון 'איטאליע'.

נאפאליאן'ס טאטע 'קארלא' איז געווען פון די פירערס פון די ווידערשטאנד קעגן 'פראנקרייך', אבער ווי נאר 'פראנקרייך' האט געזיגט, איז ער צירוק געווארן א פולשטענדיגע פראנצויז, דעריבער ווען 'נאפאליאן' איז געווארן 16, האט אים זיין טאטע געשיקט שטודירן אינעם מיליטערישע אוניווערסיטעט אין פראנקרייך, ווי ער האט זיך אויסגעצייכנט אין אפערירן קאנאנען, און פון ווי ער האט עווענטועל גראדואירט מיטן ראנג פון אפיציר.

יולי 14 1789 האט דער פראנצויזישע רעוואלוציע אויסגעבראכן, 'נאפאליאן' איז דאן געווען אויף אורלויב צירוק אין זיין היימשטאט 'קארסיקע', ווי ער איז און די לעצטע יאר צוויי געווארן פארמישט און פאליטיק, אין 1793 נאך א דורכגעפאלענע פוטש פארזוך קעגן די 'קארסיקע' גאווערנאר, האט די 'באנאפארטע' משפּחה געדארפט אנטלויפן, זענען זיי צוריק געלאפן קיין 'פראנקרייך', אנקומענדיג דארט האבן זיי געפינען דאס לאנד און א צופליקטען מצב, נאך וואס 'קעניג לואי' דער 16'טער איז געהארגעט געווארן איז א פאלקס קאמיטע אויפגעשטעלט געווארן, אבער אחוץ הארגענען און אנזייען טעראר אויף די לאנדסלייט האבן זיי גארנישט געטון.

די מלוכות ארום 'פראנקרייך' האבן געקוקט מיט א קרום אויג אויף די גאנצע אויפשטאנד, וועלנדיג צירוק שטעלן די קעניג אויף זיין טראן, האבן זיי פארמירט א קאליציע וואס איז באשטאנען פון 'עסטרייך', 'ענגלאנד', 'רוסלאנד' און 'פוילן' מיט נאך קלענערע לענדער, און האבן דערקלערט קריג קעגן די נייע רעגירונג און 'פראנקרייך', 'נאפאליאן' זייענדיג נאנט מיט די פירער פון די פאלקס קאמיטע 'מאקסמילען ראבספיער'ס ברודער 'אגוסטען ראבספיער', נאך פון זיינע צייטן אין די מיליטערישע אקעדעמיע, איז דערהויבן געווארן צום ראנג פון בריגאדיר גענעראל, צוליב וואס רוב גענעראלן זענען געהארגעט געווארן פאר'ן חטא פון זיין פון די אריסטאקראטיע.

און 1795 איז 'נאפאליאן' ווידער געשטיגן אין ראנג, צו מעידזשער גענעראל נאכן צושטערן א פוטש קעגן די קאמיטע, פון דא איז די וועג שוין געווען אויסגעפלאסטערט פאר די יונגע גענעראל, נאכן אפהאלטן א רייע זיגן ביי די גרעניצן פון 'פראנקרייך' קעגן די אינוואדירער דורכאויס 96' האט ער אריינגעצווינגען דעם עסטרייכ'ישען קעניג (זיין to be שווער) און א שלום אפמאך וואס האט אויסגעברייטערט די טעריטאריע פון 'פראנקרייך', פארוואנדלענדיג אים אלס די לאנד'ס העלד.

די פאלקס קאמיטע זעהנדיג זיין הצלחה האט אים באאויפטראגט זיך צו נעמען אויף זייער גרעסטע שונא 'ענגלאנד', אבער 'נאפאליאן' האט איינגעזעהן אז ער האט נישט די כח זיך צו שלאגן מיט די ענגלישע נעווי וואס איז געווען די גרעסטע ים פלאטע איבער די וועלט, איז ער געגאנגען מיט א צווייטע מהלך, פון אראפבייסן שטיקלעך, ער האט זיך ארויפגעווארפן אויף 'עגיפטן' וואס איז געווען א ענגלישע קאלאניע, דארט אין 'עגיפטן' האט ער געהייסן זיינע סאלדאטן זיך צו נעמען צו די פיראמידן און עס גוט אויספארשן, דארט האט זיינס א סאלדאט דאן געפינען די 'ראזעטע שטיין' וואס האט נאך צוויי טויזנט יאר צוריק געברענגט די מצרישע קאליגראפיע שפּראַך פאר די וועלט.

נאך א שלאַכט אויף די 'נילוס' מיט די 'בריטישע נעווי' ווי די גאנצע פראנצויזישע ים פלאטע איז אפגעווישט געווארן, האט 'נאפאליאן', אן קיין געהעריגע וועג אהיים צוטראגן זיינע סאלדאטן, אנגעהויבן א באלאגערונג אויף 'עכו', וואס האט דעמאלט באלאנגט צו די א 'אטאמאנישע אימפעריע', למעשה האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט, און מיט פרישע איבערקערענישן אין זיין היימלאנד, האט ער איבערגעלאזט זיין מיליטער און זיך צירוק געקערט אהיים.

און מיט דעם ענדיגט זיך 'נאפאליאן'ס ערשטע חלק אין לעבן, אלס גענעראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלע צוזאמען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר