מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4305 מאל

מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל

שליחה דורך יואליש »

די היינטיגע מארגן איז געווען איבערגעפילט מיט געפילן און זכרונות פון ישיבה און דער דיין הכ"מ. כ'וועל שרייבן אין די שנעלקייט בשעת ס'איז פריש.

צו לערנען אין ישיבת 'תורת משה' האט געמיינט צו אריינטרעטן אין די ארביט פון רבי משה מנחם. און דאס איז נישט געווען א פארשלאפענע מענטש. ער האט פערסאנאפירט דעם כל אשר תמצא ידך לעשות בכחך עשה. ער האט אפערירט מיט א קאך, א רתיחות הדם, בעיקר ביים דאווענען און עשיית המצוות, אבער אויך ביים שיעור עיון און די שמועסן.

איינע פון די חידושים פון די ישיבה איז געווען די צוויי פאראלעל לימודים: תורה און עבודה. איינס איז נישט געווען שטערקער פונעם צווייטן. דער דיין האט געפאדערט ביידע און געווען א סעמפל פאר ביידע. (ווי זיין רבי, האדמו"ר הזקן מ'סאטמאר, האט ער אויך אראפגעלייגט א פיס מיט בחורים ווען ס'איז געקומען צו אינפארסירן די סדרי ותקנות הישיבה. די אדמיניסטראטיווע פונקציע האט געווענליך געברענגט א ריס מיט געוויסע תלמידים. ער פלעגט קומען וועקן אין דארמיטארי ווען ס'איז געווען שוואכע attendance ביים פארטאגס סדר, און ער פלעגט בעטן געלט קנסות אויב האט מען פארלעצט תקנות.)

יעדע שחרית אין ישיבה איז געווען אן עבודה פאר זיך, מיט דעם דיין בראש. דער דיין צוקלאטשט זיך און צושרייט זיך ביים דאווענען, אריינברעגענדיג זיין גאנצע וועזן און זיין גאנצע מצב אויף די מינוט אין די תפילה אריין. דער סידור איז נישט קיין קאלטע פעקל בלעטער צווישן צוויי הארטע דעקלעך: ס'איז א לעבעדיגע און פערזענליכע טאג בוך וואס ווערט איבערגעשריבן טעגליך פון עולם העשייה ביזן עולם האצילות. און דאס האט געגעבן א לעקציע און לייסענס פאר די תלמידים צו טוהן דאס זעלביגע. כ'געדענק ווען מ'איז צוריקגעקומען קיין ניו יארק איז געווען אן עבודה to repress די דראנג צו פראווען א געשמאקע תפלה ווייל לא יעשה כן במקומנו און מ'האט נישט געוואלט ארויסשטארן אלס א freak, אבער ס'איז געקומען מיט א סענס פון אבידה. מ'האט זיך געשפירט געצוימט ווי א חיה אין א טירגארטן אוועק פון די נאטורליכע האביטאט, דאס ווינקל אויף האטשיסאן און סענט וויעיטור שטראסע.

דער דיין האט געהאט א רוטין און צומאל אייגענארטיגקייטן וואס האט אריינגעגעבן א געפיל פון באדייט. ער האט אנגעכאפט דעם ס"ת ביים עולה זיין בלויז מיטן טלית, ער האט געלערנט חסידות/השקפה דורך פארלערנען משלי מעוטף בטו"ת (מיין פעוואריט), ווי זיין רבי, האט ער פארהערט די בחורים חו"ר, און האט דאס געטוהן ברבים זונטאג נאכן דאווענען פונעם שטענדער פארענט פונעם ארון הקודש, און ס'איז געווען בושות אויב א בחור האט זיך נישט אראפגע'גנב'ט צייט שבת צו לערנען יעדע רש"י. ער איז געווען בעל קורא און געגעבן די עליות פאר בחורים. עולה געווען כסדר שלישי און רביעי און געגאנגען הגבה ביי די זעלבע סדר שטענדיג, און אויסגעטוהן די העמד מיט ברייטע ערמעל ממש ביים בור אין מקוה.

די ימים טובים ווי דער בחור איז געווען במסגרת הישיבה איז געווען די הויכפונקט פון די זמן. די קאלטע קאנאדישע ווינטערס זענען געווארן געהייצט מיט הכנות פאר חנוכה. די ד' פרשיות מיטן קלימאקס אום פרשת זכור און פורים האבן פארנומען אויבנאן אין דער בחור'ס קאפ. צום ביישפיל, שבת שקלים איז מען נישט געוואר געווארן ביי קריאת התורה, נאר דער דיין האט שוין גע'דרש'נט א וואך פארדעם איבער משה רבינו עומד וזוקף את ראשם, מ'האט געלערענט בני יששכר און זיך געווינטשן מ'זאל זוכה זיין צו א נשיאות ראש. אין די פרילינג איז ספירה געווען צענטראל. מ'האט געהערט די שמועסן און די ספירה ציילן, און די תיקונים אויף די מה שפגמתי און די הכנות צו מתן תורה ווען מ'וועט גרייכן דעם שער חמישים ווי ס'איז כולו בינה און לויטערקייט איז געווען all-consuming and palpable. כ'געדענק ווען די ישיבה מיטן דיין איז געקומען צו פארן קיין ניו יארק אויף שבועות צו זיין ביים ברך משה, און אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט דאווענען מעריב. די 49סטע ספירה האט אפגעהילעכט ווי די crescendo צו וואס די לעצטע זיבן וואכן האבן זיך אויפגעבויט.

די לימודים האבן ווייניגער בחורים מיטגעהאלטן, ווי די מנהג איז אין אונזערע ישיבות, אבער ס'איז געווען אן emphasis אויף גפ"ת און טור ושו"ע. אין מיינע צייטן האט מען דורכגעאקערט דעם 'ש"ס קטן' מס' כתובות איבער עטליכע זמנים, און אין איין זמן האט מען געפילעוועט אין שו"ע הל' נטילת ידים און ס'האט זיך געשפירט זייער אייגענארטיג און ס'האט אנגעפילט א gap אין דעם דורכשניטליכער בחור'ס ידיעות. כ'געדענק א שיינע עקסערסייז איז געווען צו טרעפן א באזיס אין שו"ע אדער נו"כ פאר אלע פרומקייטן און אנגענומענע חומרות ארום נטילת ידים.

דעם דיין'ס שיעור איז געווען אין שיעור עיון. ווי אין אלע ישיבות (ששש, נישט אויפוועקן) זענען רוב תלמידיו מתנמנמים, בקש הדיין לעוררם אבער אן קיין סוקסעס. אבער דער דיין האט זיך משתעשע געווען מיט די "קעפ" וועלכע האבן מיטגעהאלטן. ווער ס'האט אמאל געהערט די רעקארדירונג פון סאטמאר רבי זי"ע לערנען בחברותא די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין קען זעהן גלייכע פאראלעל אין סטיל. דער דיין האט נישט פארגעלערענט פאר די בחורים; ער האט געלערנעט מיט די בחורים, אויסגעשמועסט זיינע קווענקעלענישן און פרובירט עס צו אויסקלארן צוזאמען מיט די בחורים. ער האט די תלמידים גענומען מיט אים אויף א רייזע אין אפלערנען א שטיקל גמרא און תוספות.

גמרא גמור זמר תהא: ער פלעגט האבן א גמרא ניגון וואס, דאכט זיך, ער האט אויך גענומען פון זיין רבי'ן. ס'איז געווען ענליך צו די סאטמארער תנועה באקאנט פון די שובבי"ם שלש סעודות תורות. ווען דער דיין האט זיך פארקלערט האט ער געזינגען די ווערטער פון אינעווייניג בשעת ער פראסעסט זיינע געדאנקען. כ'געדענק איין מאל האט ער זיך צוזינגען אויף די ווערטער "אין כאן בית מיחוש" אנפאנג פרק האשה נקנית אין קידושין. פאר די תלמידים יענעם זמן איז דאס געבליבן ווי א הימנע. יארן שפעטער פלעגן מיר זיך צוזינגען צווישן אונז, "אין כאן בית מיחוש." דער דיין האט אמאל אריינשפארצירט אין היכל ביהמ"ד און געהערט א בחור זיך אונטערזונגן "אין כאן בית מיחש" און א שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין לעפצן. אדער ווי היינטיגע בחורים וואלטן געזאגט אין אזא מאמענט, העשטעג awkward.

ואני ערל שפתים, ולמה אתה בוש: דער דיין האט געהאט שוועריגקייטן מיטן זיך אויסדריקן בדיבור, ער האט נישט געהאט דעם בעל דרשן'ס ציכטיגע שפראך, זיינע זאצן זענען געווען געהאקט און אומפארענדיגט. און פערזענליך האט ער געהאט שוועריגקייטן מיט אנקניפן ווארעמע באציאונגען. אלע זיינע דרשות און אלע זיינע באציאונגען מיט מענטשן זענען אים אנגעקומען כאילו כפאו שד. ער האט געהאט stage fright פאר א דרשה בציבור; אין מינדליכע שמועסן האט ער נישט געהאט די בעסטע eye contact. כ'וואלט געזאגט אז ער איז געווען אן introvert און מעגליך געהאט סאציאלע ענקזייעטי.

טראצדעם, אויב האט א בחור געלערנט ביי אים עטליכע זמנים און געלעבט מיט זיינע דרשות און שמועסן זענען זיינע פראזען מיט רמזים און מליצות געווארן קלאר, פארשטענדליך און געשמאק, זיסער פון סיי וואס. אז מ'האט זיך צוגעוואוינט צו זיין סטיל זענען זיינע געדאנקען איבערגעגעבן געווארן זייער קלאר, און די שוועריגקייטן אים צו פארשטיין זענען פארגאנגען. כ'געדענק ווען ער איז נישט געזונט געווארן דאס ערשטע מאל און צוריקגעקומען פון שפיטאל אין א wheelchair צו געבן א שמועס פאר די בחורים אין פריפאנטעין (די זומער קאלאני). געווען איז עס לכאורה ו' חוקת און דער דיין איז, אנדערש פון געווענליך, געזיצן בשעת'ן געבן א שמועס אויף אמרתי אחכמה והיא רחוקה. כ'געדענק נישט די שמועס אבער כ'געדענק די gist איבער קרבת אלקים לי טוב. אבער מער פון אלעם געדענק איך די קלארקייט מיט וואס כ'האב אים פארשטאנען און די רושם וואס דאס האט געלאזט אויף מיר אריינגייענדיג אינעם שבת.

ער האט געהאט א קיצונית'דיגע נאטור און האט זייער הנאה געהאט ווען א בחור האט געטוהן עפעס אויף די אייגענע האנט אין די ראלם פון קנאות, און ווען מ'קלערט פון זיין היסטאריע ווי ער האט זיך פארפלאנטערט מיט די פירערשאפט אין וויליאמסבורג אין די אינגע יאר קען מען זאגן old habits die hard. בדידי הווה עובדא ועוד חזון למועד. זיין השקפה איז באשטאנען פון אוהבי השם שנאו רע, און מאויבי תחכמני. דאס הייסט איימיצער וואס איז נישט קאמיטעט צו עהרליכקייט אויף מיין גאטונג קאן קיין גוטס נישט ברענגען און קיינמאל טאר מען אויף זיי מחפה זיין אדער צוזאמארבייטן, און די היפוך איז מסתם דעם רצון השם. זייער סטענדערד סאטמאר. אין אנדערע ווערטער, ער האט געטראסט זיין שמעק, באקאנט אלס די "כלל ישראל'ס נאז" דאקטארינע.

ער האט נישט געהאט א גרינג לעבן ובפרט אין די יוגנט. ער איז אויסגעוואקסן א פערזענליכקייט וואס האט אנגערירט דאס לעבן פון טויזענטער. כ'שאץ אז ער האט געהאט 1,500 תלמידים און האט געהאט קהלה מענטשן סרים למשמעתו. ער האט אנגעהאלטן באציאונגען מיט תלמידים וועלכע האבן אנגעהאלטן באציאונגען מיט אים, אבער אויב האט ער געהערט איבער א תלמוד אין distress האט ער פרובירט זיי צו קאנטאקטן און העלפן.

זאל זיין זכרון און לעבנס געשיכטע אינספירירן אנדערע צו זיין א כח פארן מאכן דאס לעבן פון די ארומיגע עטוואס בעסער און באקוועמער. זאל זיין משפחה טרעפן א טרייסט פאר די יארן וואס זענען פארשניטן געווארן פריצייטיג (לויט מאדערנע ערווארטונגען) און פאר די חלל וואס זיין פטירה האט געשאפן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 37 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר