דענקער האט געשריבן:א באזוך פון סאטמארער קהילה פארשטייער ביי פרעזידענט בוש ז"ל
מהר"א ט"ב, הערץ פרענקל, לייביש לעפקאוויטש, הערשל קעסטענבוים, משה פרידמאן (גבאי), אליעזר קעסטענבוים, אברהם ווידער און נאך איינער וואס כ'ווייס נישט ווער דאס איז.
https://youtube.com/watch?v=70Z_a8wiRQY
שאץ מאץ האט געשריבן:
צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין לעכער איז סתם גערעדט נארישקייטן, (כאטש וואס ר' הערץ פרענקל שרייט אז די פראצענט ארויס געפאלענע זענען די זעלבע מאס ווי 50 יאר צוריק נאר פשוט דער המון איז געוואקסן)
אבטולמוס האט געשריבן:עס איז כדאי צוצולייגן וואס הערץ פרענקל דערציילט, און וואס ער האט געשריבן אין זיין קאלום אין "עמי" עטליכע יאר צוריק, אז ער פלעגט יעדעס יאר רעדן צו די פרויען ביי דער לעידיס אקזילערי פארטי אן קיין שום מחיצות אדער אנדערע פרומענישן, מיט דער פולסטער צושטימונג פון האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר ז"ל. ערשט אין די תש"מ-יארן האט די נייע הנהגה איינגעפירט פארשידענע נייע מנהגים, און מ'האט אפגעשטעלט זיין יערליכע דרשה.
אבטולמוס האט געשריבן:אין תשכ"ב האט רביצין שרה דיימאנד זיך געמעגט באדאנקען פערזענליך פאר הרב הערץ פרענקל, אין נאמען פון דער פרויען פאראיין.
אבטולמוס האט געשריבן:הבחור החשוב הערץ פרענקעל נ"י, וועמען דער סאטמארער רבי ז"ל האט אויפגענומען צו זיין דער ענגליש פרינציפאל פאר די מיידלעך, האט חתונה געהאט בשעטומ"צ.
[
קהל'ס נער האט געשריבן:שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פריציפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....
וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?
מצפצף האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פריציפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....
וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?
ער איז אנפאנג געווען פאר די יונגלעך
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט