הרב הערץ פרענקעל ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט

הרב הערץ פרענקעל ז"ל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » זונטאג אקטאבער 17, 2021 9:56 am

דעם שבת איז נפטר געווארן הרב הערץ פרענקעל ז"ל, לעגענדארע פרינציפעל פון סאטמאר מיידל שולע אין וויליאמסבורג. הרב פרענקעל איז אויפגענומען געווארן אויף די פאזיציע דורך האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל ווען ער איז נאך געוועהן א בחור אין די צוואנציגער יאהרן, און האט געדינט אויף די פאזיציע פאר ארום זעכציג יאהר.
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 220 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:08 am

נאטיצן איבער הרב פרענקעל פון איבער קאווע שטיבעל
דענקער האט געשריבן:א באזוך פון סאטמארער קהילה פארשטייער ביי פרעזידענט בוש ז"ל

מהר"א ט"ב, הערץ פרענקל, לייביש לעפקאוויטש, הערשל קעסטענבוים, משה פרידמאן (גבאי), אליעזר קעסטענבוים, אברהם ווידער און נאך איינער וואס כ'ווייס נישט ווער דאס איז.

https://youtube.com/watch?v=70Z_a8wiRQY

ביי 0:44 קען מען זעהן ר' הערץ מיט פרעזידענט בוש

שאץ מאץ האט געשריבן:
צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין לעכער איז סתם גערעדט נארישקייטן, (כאטש וואס ר' הערץ פרענקל שרייט אז די פראצענט ארויס געפאלענע זענען די זעלבע מאס ווי 50 יאר צוריק נאר פשוט דער המון איז געוואקסן)



אבטולמוס האט געשריבן:עס איז כדאי צוצולייגן וואס הערץ פרענקל דערציילט, און וואס ער האט געשריבן אין זיין קאלום אין "עמי" עטליכע יאר צוריק, אז ער פלעגט יעדעס יאר רעדן צו די פרויען ביי דער לעידיס אקזילערי פארטי אן קיין שום מחיצות אדער אנדערע פרומענישן, מיט דער פולסטער צושטימונג פון האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר ז"ל. ערשט אין די תש"מ-יארן האט די נייע הנהגה איינגעפירט פארשידענע נייע מנהגים, און מ'האט אפגעשטעלט זיין יערליכע דרשה.


אבטולמוס האט געשריבן:אין תשכ"ב האט רביצין שרה דיימאנד זיך געמעגט באדאנקען פערזענליך פאר הרב הערץ פרענקל, אין נאמען פון דער פרויען פאראיין.
בילד



אבטולמוס האט געשריבן:הבחור החשוב הערץ פרענקעל נ"י, וועמען דער סאטמארער רבי ז"ל האט אויפגענומען צו זיין דער ענגליש פרינציפאל פאר די מיידלעך, האט חתונה געהאט בשעטומ"צ.
[בילד
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 220 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג אקטאבער 17, 2021 4:46 pm

שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פרינסיפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....

וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קהל'ס נער אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 7:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך מצפצף » זונטאג אקטאבער 17, 2021 6:34 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פריציפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....

וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?

ער איז אנפאנג געווען פאר די יונגלעך
וכי יאמרו אליכם דרשו אל האבות ואל הידענים המצפצפים והמהגים הלוא עם אל אלהיו ידרש
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:54 pm

מצפצף האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פריציפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....

וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?

ער איז אנפאנג געווען פאר די יונגלעך


נישט ריכטיג, ער איז פון די ערשטע מינוט געווען בעיקר פאר די מיידלעך, און אויך געהאט איבערזיכט ביי די יונגלעך
א חסיד פון ווילנא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל


גיי צוריק אנשי שם

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט