בלאט 1 פון 1

הרב הערץ פרענקעל ז"ל

נשלח: זונטאג אקטאבער 17, 2021 9:56 am
דורך קריינא דאיגרתא
דעם שבת איז נפטר געווארן הרב הערץ פרענקעל ז"ל, לעגענדארע פרינציפעל פון סאטמאר מיידל שולע אין וויליאמסבורג. הרב פרענקעל איז אויפגענומען געווארן אויף די פאזיציע דורך האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל ווען ער איז נאך געוועהן א בחור אין די צוואנציגער יאהרן, און האט געדינט אויף די פאזיציע פאר ארום זעכציג יאהר.