בלאט 1 פון 1

הרב הערץ פרענקעל ז"ל

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 17, 2021 9:56 am
דורך קריינא דאיגרתא
דעם שבת איז נפטר געווארן הרב הערץ פרענקעל ז"ל, לעגענדארע פרינציפעל פון סאטמאר מיידל שולע אין וויליאמסבורג. הרב פרענקעל איז אויפגענומען געווארן אויף די פאזיציע דורך האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל ווען ער איז נאך געוועהן א בחור אין די צוואנציגער יאהרן, און האט געדינט אויף די פאזיציע פאר ארום זעכציג יאהר.

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:08 am
דורך קריינא דאיגרתא
נאטיצן איבער הרב פרענקעל פון איבער קאווע שטיבעל
דענקער האט געשריבן:א באזוך פון סאטמארער קהילה פארשטייער ביי פרעזידענט בוש ז"ל

מהר"א ט"ב, הערץ פרענקל, לייביש לעפקאוויטש, הערשל קעסטענבוים, משה פרידמאן (גבאי), אליעזר קעסטענבוים, אברהם ווידער און נאך איינער וואס כ'ווייס נישט ווער דאס איז.

https://youtube.com/watch?v=70Z_a8wiRQY

ביי 0:44 קען מען זעהן ר' הערץ מיט פרעזידענט בוש

שאץ מאץ האט געשריבן:
צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין לעכער איז סתם גערעדט נארישקייטן, (כאטש וואס ר' הערץ פרענקל שרייט אז די פראצענט ארויס געפאלענע זענען די זעלבע מאס ווי 50 יאר צוריק נאר פשוט דער המון איז געוואקסן)



אבטולמוס האט געשריבן:עס איז כדאי צוצולייגן וואס הערץ פרענקל דערציילט, און וואס ער האט געשריבן אין זיין קאלום אין "עמי" עטליכע יאר צוריק, אז ער פלעגט יעדעס יאר רעדן צו די פרויען ביי דער לעידיס אקזילערי פארטי אן קיין שום מחיצות אדער אנדערע פרומענישן, מיט דער פולסטער צושטימונג פון האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר ז"ל. ערשט אין די תש"מ-יארן האט די נייע הנהגה איינגעפירט פארשידענע נייע מנהגים, און מ'האט אפגעשטעלט זיין יערליכע דרשה.


אבטולמוס האט געשריבן:אין תשכ"ב האט רביצין שרה דיימאנד זיך געמעגט באדאנקען פערזענליך פאר הרב הערץ פרענקל, אין נאמען פון דער פרויען פאראיין.
בילד



אבטולמוס האט געשריבן:הבחור החשוב הערץ פרענקעל נ"י, וועמען דער סאטמארער רבי ז"ל האט אויפגענומען צו זיין דער ענגליש פרינציפאל פאר די מיידלעך, האט חתונה געהאט בשעטומ"צ.
[בילד

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 17, 2021 4:46 pm
דורך קהל'ס נער
שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פרינסיפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....

וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 17, 2021 6:34 pm
דורך מצפצף
קהל'ס נער האט געשריבן:שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פריציפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....

וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?

ער איז אנפאנג געווען פאר די יונגלעך

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 17, 2021 10:54 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
מצפצף האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:שטעל דיך פאר מען הייערט היינט א בחור אלס פריציפאל אין א סקול, אוי וואלט נחום געהאט צי רעדן....

וואס איז אבער טאקע פשט, איז נישט סעיפער אז א פרוי זאל זיין פרינסיפל?

ער איז אנפאנג געווען פאר די יונגלעך


נישט ריכטיג, ער איז פון די ערשטע מינוט געווען בעיקר פאר די מיידלעך, און אויך געהאט איבערזיכט ביי די יונגלעך