ביבי נתניהו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

ביבי נתניהו

שליחה דורך שאלתיאל »

זוכענדיג אין די אלטע פארשטויבטע ארכיוון פון שטיבל האב איך צו מיין שטוינונג נישט געטראפן קיין אשכול איבער איינער פון די מערסט איינפלוסרייכע אידן אין אונזער עפאכע הלוא הוא מיסטער בנימין ''ביבי'' נתניהו. עוד חזון למועד ווען איך וועל שרייבן א ביגראפיע/אנאליז אויף דעם מערקוועדיגן פערזאן, עס איז צו פריה איצטער, ווארום זיין לעבנס געשיכטע האלט נאך אינמיטן געשריבן ווערן און זיין קאריערע איז נאך ווייט פון גענדיגט. ביז דעמאלט וועט דער אשכול דינען אלץ ווארעמע היים פאר אלץ וואס האט צוטון רינג און ארום דעם געוועזן איזראעלי פרעמיער.

נתניהו'ס פרומע איינקלעך אין מאה שערים

לעצטע וואך האט ביבי געבוירן אן אייניקל, א זון צו זיין טאכטער נועה רוט. מזל טוב! מען האט שפעקולירט צו דער גליקליכע זיידע וועט קומען צום ברית וואס איז פארגעקומען היינט (דינסטאג) אין ....ברסלב'ר קלויז אין מאה שערים. דער סנדק איז געווען ר' יעקב מאיר שכטר, ויקרא שמו בישראל 'נתן' על שם ר' נתן פון ברסלב.
וואס????
יא יא, נישט אלע ווייסן אבער נתניהו'ס טאכטער נועה איז א געהעריגע חרדית, זי וואונט מיט איר מאן הרב דניאל רוט, א ביזנעסמאן און הייטעקיסט, אין מאה שערים געגנט און זיי האבן פינף קינדער וועלכע לערנען אין אידיש רעדנדע מוסדות על טהרת הקודש פון דער ראדיקאלע ליטווישע פראקציע 'פלג הירושלמי'. פאר עטליכע יאר צוריק בעת ווען ר' זלמן לייב סאטמארער האט באזוכט די מדינה איז פארגעקומען א פאראדע ווי קינדער פון קנאישע חדרים האבן מקבל פניו געווען, צווישן זיי זענען געווען די אייניקלעך פון נתניהו. וואס דער שיקזאל קען אלץ צוברענגען..
די באציאונגען צווישן נתניהו און זיין טאכטער זענען לאנגע יארן געווען אויף האלד, קוים וואס ער האט זיך וויסענדיג געמאכט פון איר עקזיסטענץ. דער סיבה איז וויבאלד זי איז א טאכטער פון זיין ערשטע ווייב מרים קרן. זיין יעצטיגע דריטע ווייב שרה נתניהו וועלכע איז וואול באקאנט פאר אירע קאריאזן און מאנכע זעהן אין איר דעם לעגענדארן מיטאלאגישע קלאפטע פון די ביכער, האט געאסר'ט דעם מאן צו האבן דער מינדעסטע פארבינדונג מיט איר. זעט זיך אויס אז יעצט האט זיך עפעס געטוישט. צום ברית האט ער נישט געקענט קומען לאור דעם פראבלעמאטישע לאקאציע, מאה שערים, אבער לאור די שמחה בחצר הקודש האט ער און זיין רעבעצין באזוכט די טאטכער און דער איידעם אין ערהוילונגס היים אויף רחוב הנביאים.


https://www.bhol.co.il/news/1418267

אייניקלעך פון ביבי'ן ביים קבלת פנים פאר מהרז"ל מסאטמאר
7aa60c11-7b0b-4fab-8236-661e13199d3b.jpg
294747948_608947013934446_3581589866404928293_n (1).jpg

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר