הלל צייטלין הי"ד

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 761
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2035 מאל

הלל צייטלין הי"ד

שליחה דורך שאלתיאל »

הלל צייטלין.jpg

אין 2 וואכן ארום (כ"ט אלול) פאלט אויס דער יארצייט פון ר' הלל צייטלין הי"ד.

צייטלין (אין מיינע אויגן) איז דער אלטעמאטיווער ביישפיל פון דער זעלבסטשטענדיגער דענקער, דער לעכצענדער מבקש, דער איינזאמע מאמין און דער עקזיסטאנציאלע מתמודד וואס לעכצעט און זוכט נאך גאט און נאך העכערקייט בד בבד ספראווענדיג זיך מיט די ספיקות, שאלות און נסיונות וואס דער וועלט שטעלט צו בשפע. דער איד וואס זיין הארץ און זעהל איז פיל מיט אמונה בעת זיין מוח איז פיל מיט חקירות און ספיקות און ער ווערט צוריסן צווישן די ישן און די חדש, צווישן טראדיציע און פראגרעס. ער איז געווען א קאלירפולע מענטש וואס האט פארקערפערט אין זיך סיי דער געלערנטע משכיל און פילאזאף און סיי דער מיסטישע עובד ד', סיי דער חסיד פון ניטשה און טאלסטוי און סיי דער חסיד ר' נחמן. פארשידענע קעגנזייטיגע קאנטראסטן האבן גערוט אין אים און ער האט אלץ געפראווט מיישב זיין צווישן זיי.


איך האב לעת עתה נישט געטראפן קיין באשרייבונגען אויף אים דא אין שטיבל וועל איך אראפצייכענען עטליכע שטריכן צו אט דעם גייסטרייכענדע פערזענליכקייט וכל המוסיף הרי זה משובח:

הלל צייטלין איז געבוירן אין תרל"ב- 1871 צו א חב"דסק'ער פאמיליע אין פוילין אין פון יונגווייז אן זיך ארויסגעשטארצט אלץ עילוי. ביי די 15 יאר האט ער שוין געדינט אלץ לערער פאר עברית. ביי די דרייצן האט ער- לויט זיין עדות- זוכה געווען צו א קורצע תקופה פון רעליגיעזע עקסטאז אבער ביי די פופצן איז ער אריבער א רוחניות'דיע קריזיס און געגאנגען זוכן גאט צווישן די בלעטער פון ליטעראטור און פילאסאפיע. דער יונגער צייטלין האט געליינט אסאך טאלסטוי, דאסטאיעבסקי, שאסטוב און דער באדהא, איבערהויפט שפינאזע און ניטשע. אט די צוויי לעצטע האבן אים געברענגט צו שווערע ספיקות אין אמונה און ער האט אפגעלאזט דעם רעליגעזן לעבנס- שטייגער.
אין יענער צייטן האט ער זיך געדרייט אין ווארשא, זיך געקאכט אין ציוניזם און געפירט א ברייטפארצווייגטע קולטורישע לעבן. ער האט געשריבן פאר פרעסטזשפולע צייטונגען און זיין הויז איז געווען א בית וועד פאר קולטור און חכמה. ער איז געווען באפריידענט מיטן ציוניסטישן דענקער און שרייבער יוסף חיים ברעננער ביידע זענען שטארק באיינפלוסט געווארן פון פעסימיסטישע פיאלאזאפישע טעאריעס און האבן געפילעוועט אין די שריפטן פון ניטשע און שופענהאוער. פעסימיזם איז געווען זייער ברויט און שווארצקייט זייער לעבן.
נאך די פאגראמען אין מזרח איראפע בעיקר נאך פרעות קישינעוו און דער ערשטע וועלט קריג האט ער צוביסלעך אפגעלאזט די כפירה וועג און זיך ווידער אומגעקערט צו אמונה. ער האט זיך דערנענטערט צו חב"ד און ברסלב און עוסק געווען אסאך אין חסידות, קבלה און מיסטיסיזם. ער האט אנטוויקלט א מיסטישע-משיחיסטישע וויזיע ווי ער האט געזעהן אין די ביטערע אומגליקן פון זיין צייט די אפאקאליפיטישע צייכענעס צום משיח'נס קומען.

צייטלין איז געווען אלע יארן א דזשורנאליסט- פובליציסט, ער האט געשריבן פאר די צייטונג הזמן, און פארן צייטשריפט השילוח פון אחד העם. אזוי אויך פאר די יידישע פוילישע צייטונגען ווי דער מאמענט און דער היינט. ער האט געשריבן טויזענטע ארטיקלען אויף יידיש און אויף עברית און האט אלץ עוסק געווען אין די עקזיסטאנציעלע פראבלעמען פון די פוילישע אידענטום. נישט געווען קיין אקטועלער נושא, צו פאליטיש, פינאנציעל אדער געזעלשאפטליכע וואס ער האט נישט אנגערירט און געהאט דערויף א באזירטע מיינונג. זיין שרייבן איז געווען כאראקטעריזירט מיט א זעלבסשטענדיגע מהלך מחשבה און ער האט זיך נישט צוגעבינדן צו קיין שום קרייז אדער פארטיי און זיך ערלויבט צו קריטיקירן סיי וועמען צו בונדיסטן, ציוניסטן, סוציאליסטן, ארטעדאקסן, אדער אסימולירטע, דאס האט אים נישט איינמאל צוברענגט צו שווערע און ביטערע דעבאטעס און אמפערייען.
צייטלין איז נישט געווען בלויז א פובליציסט נאר אויך א טיפע דענקער, פילאזאף און פאעט. ער האט ארויסגעגעבן איבער דרייסיג ביכער און צענדליגע מסות, פרקי שירה און מחקר וועלכע האבן אנגערירט פילפארביגע נושאים אין דער ספיריטואלע וועלט פון אידישקייט. זיינע באקאנטע ביכער זענען די מאנאגראפיעס אויף שפינאזע און אויף ר' נחמן און אויך זיינע מקיפ'דיגע מאנאמענטאלע חיבור ''הטוב והרע ע"פ השקפת חכמי ישראל און חכמי העמים'' וואס ער האט פובליצירט אין השילוח. (דער אידישע ווערסיע איז עוועילעבעל דא).
דער איזראעלי שרייבער מיכה יוסף בארדיטשעווסקי האט אים גוט אראפגעלייגט מיט די פאלגענדע ווערטער: ''שכינה למראשותיו של הסופר החושב הרגשני הזה, שכינה למראשותיו ומלאכי–זעם עומדים לפניו וגודרים בעדו את הדרך ]...[ אין מנוחה לרוחו ולרחשי לבבו''.
און די חוקרת חסידות און קבלה רבקה ש"ץ- אופנהיימר האט אים געשילדערט ווי פאלגענד: ''אדם שהיו בו הפכים היה הלל צייטלין: קנאי וסוער, צנוע ומצליף, קפדן ורחב אופקים, לוחם ובוכה, ידע את העושר הרוחני ואת החדלון ואוזלת היד'.

זיינע טעג אין ווארשעווער געטא זענען ארומגענומען מיט א מיסטעריעזע הילע און פילע שמועות האבן זיך אנגעקניפט דארט ארום אים. ער איז אוועקגעפירט געווארן צוזאמען מיט זיינע אידישע ברידער קיין טרעבעלינקע , לויט די אגענדע איז ער אוועקגעפארן מיטן באן זייענדיג אנגעטון מיטן טלית און תפילית און ספר הזוהר אין זיינע הענט. ער איז אומגעברענגט געווארן ערב ראש השנה תש"ג. הי"ד.

זיין זון אהרן צייטלין איז אויך געווען א גרויסע שרייבער און פאעט אין אמעריקע.

איך לינק דא צו א מאמר וואס צייטלין האט געשריבן אין עהרע פון זיין יוגנט פריינד ברעננער וועלכע איז ערמאדערט געווארן אין פרעות תרפ"א. דער מאמר ברענגט אביסל ארויס דעם מענטש און זיין וועזן.
https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... lbukh-tsum
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר