הרב אתמר בן גביר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

הרב אתמר בן גביר

שליחה דורך כוואליעס »

יעצט ווען מיר שטייען אין די געהויבענע טעג צווישן די הייליגע יום טוב פורים און די פארכטיגע יום טוב פסח איז נישט מער ווי פאסיג זיך אראפצוזעצן און א בליק טון איבער די גדולים פון די דור, די ראשי העם, נשיאים דורינו, די בעלי מסירות נפש פונעם דור.
עס איז דא איין איד (און אפשר מער ווי איין) וואס גייט אריין אין יעדע פון די קאטעגאריעס וואס מען האט דא אויסגערעכנט, און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וועלט בארימטער אלעמען באקאנטער קדוש אלוקי שכל כולו מסור לשי"ת ה"ה הרב הצדיק "אתמר בן גביר" שליטא יהא זכרו ברוך
די אמת איז, אז ווער בין איך "מי אנכי" צו שטיין בכלל אין ווארט און באשרייבן האי גברא רבה, אבער חז"ל האבן אונז אויסגעלערנט אז במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש, נאכן זיכן און נישטערן אין די אוצרות דא אויף'ן שטיבל האב איך אנדעקט אז קיינער האט נאכנישט געשריבן איבערן רעבי'ן האב איך נישט געצעגערט קיין צוויי און זיך געזעצט שרייבן די דאזיגע שורות, און אט ליינט און האט הנאה.

שוין אלס יונגע בחור האט די רב שוין ארויסגעוויזן גרויס העלדישקייט און ברייט געוואגטקייט ווען עס קומט צו באקעמפן די הייליג לאנד "ארץ ישראל" געווען איז דאס אין איינס פון די ערגסטע צייטן פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע ווען די עוכר ישראל יצחק רבין שר"י האט אפגעהאלטן זיינע עקאלהאפטיגע שמוציגע שריט וואס זענען ניטאמאל ווערד ארויפגעברענגט ווערן אויפן פאפיר, און אט די צייט ביי איינע פון די שטורעמישע הפגנות האט די רב שליטא זיך ארויסגעשטעלט צו די פרעסע האלטענדיג און די הענט די דגם (די סימב'ל) פון די קאר פון יצחק רבין און אויסגערופן מיט פאטאס "אונז זענען אנגעקומען צו די קאר פון רבין, און אונז וועלן אנקומען צו אים" און טאקע א קורצע צייט דערוף איז דער ראבין דערשאסן געווארן צום טויט
https://youtu.be/JQ0sXLyOQeg

איינס פון די ליידיגע טענות וואס די לינקע אנארכיסטן שטעלן ארויס כסדר קעגן רב איז "עשית צווה???" די אמת איז אבער אז די רב האט זיך איינגעשריבן צו דינען אין מיליטער, נאר די מיליטער האט אים נישט געווילט אננעמען וויבאלד ער איז צו קיצוני

גלייך פאר מדינת ישראל איז אריינגעפאלן אין די אזויגערופענע 'דיטש' דאס איז ווען קיין שום זייט האט נישט געקענט אויפשטעלן קיי רעגורונג פון 61 בענקלעך, האט די רב אויפגעשטעלט זיין אייגענע פארטיי מיטן נאמען עוצמה יהודית, אנהייב האט יעדער געלאכט פון אים יעדער האט זיך גערעגט אויף אים אז ער לייגט אריין אזויפיל שטימעס אין גארביטש, איך געדענק נאך ווי ביי די ערשטע בחירות האט ער באקומען בערך 150 טויזענט שטימעס און אלעס איז געגאנגען אין פך, ביי די צווייטע בחירות האט ער שוין נאר באקומען ארום 30 טויזענט שטימעס, ביז ביבי האט אים צאם געשטעלט מיט סמאטרידזש איז קוים בקושי אריבער די צאל אריינצוגיין אין כנסת, אבער אזוי ווי ער איז נאר אריין אין כנסת און די עולם האט געזען צו וואס ער טויגט האבן זיך זיינע סטאק'ס געהויבן ביז ער איז אנגעקומען צו א מצב פון מאשפות ירום אביון וראו כל עמי הארץ וכו' ויראו ממך.

היינט ב"ה זיצט די רב על כסה מלוכה זייענדיג די גרעסטע כלל טוער פאר יודישע קינדער אינעם היינטיגן דור, די רב איז פארנומען צו לוחם זיין מלחמות השם אויף אלע פראנטען סיי מיט די אראבער'ס און סיי מיט די לינקע, ב"ה ביי ביידע זעט מען שטארק סוקסעס, זאל די אייבעשטער טאקע העלפן די רב שליטא זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו ועל כסה מלכותו און ער זאל אונז קעגן פירן משיח צדקינו בב"א



נ.ב. דאס אלעס איז געשריבן געווארן בלויז פון זיכרון ארויס, אויב זעט איר אז עפעס איז נישט ריכטיג דאן זייט שנעל מעורר די עולם, וכל המוסיף מוסיפין לו……..

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר