משפיעים און זייערע השפעות!

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

משפיעים און זייערע השפעות!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

איך חלש אז איינער זאל עפענען אן אשכול וועגן די היינטיגע משפיעים און זייער דרך ההשפעה, ממילא אנשטאט חלש'ן העל איך מקיים זיין דעם קריינא דאיגרתא, און איך הייב יעצט אן וחפץ ה' בידינו יעשה ויצליח.
כ'האף אז ס'פאראינטערעסירט פאר איינעם און מ'וועט מיך קומען צוהילף.
איך בין זיכער אז צווישן דעם עולם דא איז דא גענוג און נאך געווייגטע אדער post געווייקטע, דוגמת מאראנצןזאפט וואס האט געמיינט ער מוז אויסדינען יעדע געטשקע ווי יתרו בשעתו.

אין הציבור החרדי - פסח אויסגאבע ( שוועסטער אויסגאבע פון דער בליק, אויף לשון קודש) איז געווען א נספח מיט דער ביאגראפיע פון עטליכע משפיעים כהרי"מ מארגנשטערן, הגר"מ זילבער, הגרצ"מ זלבערבערג, הגר"א בידערמאן, און נאך.

פאר ווער ס'האט אמאל מיטגעהאלטן פונדערנאנט די גאנצע זאך קען עס זיין אינטערעסאנט אפצולערנען. אבער וזאת למודעי די אשכול איז נישט געמאכט צו קריטיקירן סתם אין דער וועלט אריין ווייל דער רבי זכרונו לברכה האט נישט געהאלטן פון קיין משפיעים וכו'. אסאך פון די משפיעים זענען מולטי טאלאנטפולע מענטשן, און ווער ס'האט עפעס א ווארט וויאזוי אפצולערנען זייער דרך ההשפעה איז העפליך געלאדענט.

איך הויב אן מיט רבי אלימלך בידערמאן, ער איז יעצט די מערסטע פאפולער. טויזנטער אידן - דערינען פילע רבנים און משפיעים - הערן צי זיינע שמועסן אויף קול הלשון, ווי אויך האט ער א לייוו האוק אפ פאר א חבורה יונגעלייט יעדן מיטוואך נאכט (כמדומה).

זיין מהלך איז אויפ'ן אלטן שטייגער מפי ספרים וסופרים, נישט מיט קיין געבויעטע פיליאזאפיע ווי אנדערע כהרב קלוגער.

אבער ער זאגט זייער שיין מיט א חסידישן ברען. ווי אויך האט ער א מומחיות'שאפט און פארציילן גוטע ערשטהאנטיגע מעשיות, אביסל פון גדולים דוגמת ספרי הגר"י זילבערשטיין, און אביסל פון סתם אידן דוגמת חיים וואלדער.

זיין פערזענליכקייט איז זייער קאלירפול. אנדערש ווי רוב משפיעים איז ער יא א בנן של קדושים, און אנדערש ווי רוב בנן של קדושים'ס איז ער נישט קיין רבי.

ער איז אן איש מתון חכם ונבו,ן אבער מיט דעם אלעם טוט ער ווילדע זאכן, בעיקר צו געבן א רוח פון אנטי איסטעבלאשמענט. ס'קען זיצן אן אויבנאן פון 50 רבנים ביי א שמחה און ער וועט זיך אויפשטעלן אויף א בענקל און מאכן פרייליך.

למעשה האט ער א מורא'דיגן כח און פלאקערט אויף אידישע הערצער.

זיין סדר היום איז אויך נישט אוועקצומאכן. ער דאווענט ותיקין, לערנט עטליכע שעה טעגליך, און טוט א געוואלד פאר אידנס וועגן.
הכל מודים אז ער מיינט עס ערנסט.

ער קומט קיינמאל קיין אמעריקא, פשוט ווייל ער האט מורא פון א ראי' אסורה אין דער עירפארט - א גדלות פאר זיך. גרויסע מוסדות זענען געווען גרייט צו באצאלן א פארמעגן אבי ער זאל קומען רעדן ביי א דינער וכדו'.

ביי זיינע שמועסן רייכערט ער ווי א קוימען ברבים איינס נאך איינס.

בקיצור אויסער זיינע פערזענליכע צולאזענקייט איז אלעס דארט הונדערט פראצענט נארמאל, דאווענען, לערנען, און זיך היטן פון אן עבירה. נישטא קיין שום הידן טריקס פון התבודדות אדער איך ווייס נישט וואס. דאס כאפט אסאך.

נאך א מעלה, גאר קונצליך מאנערווירט ער אז ס'זאל אויסדרוקליך נישט טראגן די פנים און טעם פון א קאלט, יעדער איז וועלקאמד און ער פארלאנגט נישט גארנישט. וואס דאס איז א חידוש נפלא.

ער מאכט פון זיך גארנישט. א גאר באקאנטער סלאגאן וואס ער זאגט לעצטנס: אז יעצט בין איך די פאפולערע כי הרבית.

איך שרייב פון מיין קוק ווינקל' וועלכע איז גראדע היפש פונדערווייטענטס/ ווער ס'קען די זאך פונדערנאנט זאל ביטע מוסיף זיין.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 290 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר