כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
מלא וגדוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א

שליחה דורך מלא וגדוש »

כבודו איז געווען די פארגאנגענע וואך אין בארא פארק האב איך געהאט די זכיה זיך מסתולל זיין בצילו, ס'איז דער ערשטן מאל וואס איך האב געזען דעם איד לייוו נאכ'ן הערן פון טשערנאוויץ אסאך נאך פון קינדווייז אן. ווען מ'האט גערעדט פון טשערנאוויץ האט מיר עס אויסגעזען ווי מ'רעדט פון א צושמאלצענע חסידות פון פאני מענטשן, ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אריינצוגיין אים לתור את טשערנאוויץ אויף מארסי עוו.
ער איז מיר גראדע געפאלן, ער זיגט גאנץ שיין הגם איך גלייך נישט דעם סטייל פון פסוק ביי פסוק. קוקט ער אויך נישט אויס ווי דער גרעסטער מוזיקאנט אבער ער האלט זיך כאטש שיין אויפן טאן. די ניגונים זענען געווען רוב וויזניץ, וואס פשט? איז עס אלעמאל אזוי אדער נאר יעצט ווען ער איז געקומען צו זיין וויזניצע איינקל'ס שמחה, ווייס איך נישט. אויפן אויבן אן זענען געזעסן הרה"צ ... האגער וואס איז באקאנט אין די שפיטעלער, און דער ברודער הרה"צ ... האגער רב פון בית שמש טאטע פונעם אינגערמאן דער בעל שמחה (און בעל טראגעדיע ל"ע ול"ע) און הרב שנעעבאלג, זון פון רבי'ן (איידעם פון וויזניץ רב פון ב.פ.) און טאטע'ן פונעם נפטרת. די 20 מינוט וואס כ'בין דארט געווען האב איך אויך אריינגעכאפט זיין תורה וואו ער האט גערעדט פון כל מה דעביד רחמנה נאך די טראגעדיע ביי זיין אייניקעל, ער האט גארנישט דערמאנט אבער.

ער זאגט זייער גוט, שיינע רמזים און גמטריאות וואס איך געדענק נישט אלעס.

ער האט נאכגעברענגט פון תולדות (אלעס איז נאר אויב איך געדענק גוט, איר קענט מיר נישט אנקלאגען שפעטער) דער חילוק פון כל מה דעביד רחמנה ביז גם זו לטובה. פארוואס פסק'ט מען אז ביי יעדע פאסירונג דארף מען זאגן כל מה דעביד, פארוואס נישט גם זו לטובה. גם זו לטובה איז זייער א הויעכע מדריגה וואס מיינט אז ממש די פאסירונג ווי שלעכט ס'זאל נאר זיין דאס אליינס איז גוט! כל מה דעביד איז א בחינה אז פון די זאך וועט נאך זיכער ארויסקומען גוטס, די פאסירונג אליינס איז אפשר שלעכט. נישט יעדער איז אין די מדריגה פון זאגן גם זו. און אויך וויבאלד אין גם זו לטובה איז נישט דערמאנט דער באשעפער ווי אין כל מה דעביד רחמנה. האט ער דערציילט די מעשה (פארגעסן די מקור) מיט יענעם וואס האט געדאפט שיקן מתנות צום קעניג כדי ער זאל גוט זיין צו אידן, אינמיטן וועג קוקט ער אריין אין שאכטל און ס'ווערט עם שווארץ (אדער ברוין) אנשטאט די דיאמאנטן וואס ער האט געמיינט דארט ליגט זעט ער אלעס ערד, וויאזוי גייט מען ווייטער צום קעניג? ער זאגט "גם זו לטובה" און גייט ווייטער. אנקומענדיג צום קעניג האט עם דער קעניג געוואלט מכלה זיין פאר אזא חוצפה, א באדינער האט געזאגט האלט! אפשר איז דאס די ערד מיט וואס אברהם אבינו האט מנצח געווען קעגן די ד' מלכים? דער קעניג האט דאך שונאים זאל מען עס אויסטרייען. האט מען אזוי געטון און פון די ערד איז טאקע געווארן פיילן. זאגט די רבי (אייגענס? כ'געדענק נישט) אז דער בוכ"ע וואלט געקענט מאכן אז פון די ערד זאל ווערן צוריק דיאמאנטן און צירונגען. אבער ניין! וויבאלד ער האט געזאגט גם זו לטובה, טייטש אז דאס עצם פאסירונג איז גוט איז דער נס געשען אז פון די עצם "ערד" איז געווארן דער נס און מ'האט באזיגט דערמיט שונאים.

ער האט געטייטש ויוסף בן שבע עשרה שנה, שבע עשרה 17= כמנין טו"ב ער האט אלעמאל געזען נאר גוטס. היה רועה את אחיו, היה איז א לשון שמחה, יוסף איז אלעמאל געווען נאר פריילעך און געלערנט זיינע ברודער צו זיין אלעמאל [tag]נאר,,פרייליך[/tag].

אזוי האט ער געזאגט שיינע רמזים פון שמחה און בטחון אז אלעס איז גוט און מאתו לא תצא הרעות.

די געפילטע פיש איז געווען זייער גוט, כ'האב געהאט מער פון א געווענליכע שיריים. אבער א היימיש ניגון צו הערן איז נישט געווען פאר קיין געלט. כ'האב אייך דא געגעבן א שטיקל נייעס באריכט איבער א שבת מיט א רבי וואס כ'וויל וויסן מער איבער דעם רבי'ן. פון וואו שטאמט ער? אבותיו הק'? זינט ווען זיצט ער שוין על כסא ממלכתו? איז דא דארט מוסדות? קוויטלעך? וואס סאיז זיין סדר היום? מ'זעהט אים ווייניג אין די העפטן.
איך בין אביסל נישט מיט אלעמען. מיט אנטשולדיגונג

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר