דער זון פון פיגא די נביאה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

דער זון פון פיגא די נביאה

שליחה דורך מ גפני »

[justify]קאפיטל א'[/justify]

אזוי ווי די אויסגעטרוקענטע ערד לעכצט נאך רעגן, אזוי האט דאס הארץ פונעם קליינעם נחמן געלעכצט נאך השם יתברך. אויסערליך א קינד ווי אלע קינדער. געטאנצט, געשטיפט, געקוילערט זיך אין זאמד, געשפילט אין יאגעלעך, אין באהעלטעניש. אינערלעך א פלאם פייער, א נאגעגיש, א באגערונג נאכן קוואל פון אלע לעבנס, א בענקעניש, וואס האט דעם קליינעם קיין רו נישט געגעבן, אים ארויסגעיאגט פון דער קינדער־מחנה אין רעכטן מיטן פון דער קינדערשער זארגלאזיקייט.

געהאדעוועט אין א סביבה פון לויטער גוט-יידישקייט, פון קאנצענטרירטער, פארשארפטער יראת שמים, פון עליות, מדרגות און בעיקר א שטרעבונג ווערט צו זיין די גרויסע זיידעס — רבי ישראל בעל שם טוב און רבי נחמן האראדענקער, האט דער קליינער נחמן, איינזאפנדיק אין זיך דעם צער השכינה און די באהאלטנסטע כסופין פון די ארומיגע, געוואלט זיי איבערשטייגן אין דעם אלעמען, געזוכט אן אייגענעם וועג צום אויבערשטן, געוואלט דורך אייגענער האראוואניע צוקומען צו א נקודה וואס אפילו זיינע עלטערן און זיינע הייליגע פעטערס זענען צו איר נישט צוגעקומען.

ער איז געבוירן געווארן שבת הגדול פון יאר תקל״ב אין מעזשיבוזש.

זיין פאטער רבי שמחה איז געווען איינער פון די שארפע למדנים און חסידים פון זיין צייט. באוויסט איז געווען זיין מוטער פייגע, די טאכטער פון די בארימטע אדל, וואס איז געווען די טאכטער, די תלמידה פון דעם הייליגן בעל שם טוב. פייגע איז געווען די שוועסטער פון די צוויי צדיקים, באלייכטער, דערקלערער און פארשפרייטער פון חסידות: ר׳ ברוך מעזשיבוזשער (דער, וואס האט געפירט זין רבי'סטעווע ביד רמה און האט זיך געהאלטן פאר דעם איינציגן אמת'ער יורש פון בעש״ט, זיינע ווערטער זענען געזאמלט אינם ספר ״בוצינא דנהורא״) און ר׳ אפרים (רבי און רב אין סדילקאוו, מחבר פונעם ספר ״דגל מחנה אפרים״). אט די צוויי זיילן פון חסידות פלעגן רופן זייער שוועסטער : פייגע די נביאה, זיי האבן איר געהאלטן פאר א הייליגע, פאר א פרוי וואס באזיצט רוח הקודש. לויט די מסורה פון די בראסלאווער חסידים, איז זי געשטאנען אין פארבינדונג מיט די נשמה פון איר זיידן — דעם בעש"ט — און האט דורך אים באקומען הויכע השגות און פאראויסזעאונגען וועגן אלע אירע נאענטע, איבערהויפט איר זון, נחמן, וואס דארף אויסטרעטן די וועג צום מלך המשיח.

דער קליינער נחמן האט זיך נישט באגנוגענט מיטן ירושה־ליכט, וואס האט פאר אים געשיינט פון יעדן ווינקעלע. ער האט, שוין פון קינדווייז אן, געזוכט זיין אייגן ליכטל.

דאס קינד האט באשלאסן אפצוזאגן זיך פון דער וועלטס תענוגים. וואס טוט מען אבער מיטן עסן? לעבן אן עסן קען מען דאך נישט, און ווען מען עסט, האט מען דאך הנאה, צי מען וויל, צי מען וויל נישט. איז דאס קינד געפאלן אויף א המצאה! עסן און שלינגן גאגצע שטיקער נישט צעקייטערהייט, כדי נישט צו פילן קיין טעם. ער האט זיך אזוי געפירט ווען ער איז אלט געווען סך-הכל זעקס יאר. דעד זעקס־יאריגער קינד האט אבער שנעל געמוזט אויפגעבן אט די ערשטע פרישות זיינע, דאס לערנען אין חדר איז אים זייער שווער אנגעקומען, אנשטאט צו קאנצענטרירן די גאנצע אויפמערקזאמקייט אויפן לימוד, האט ער גאר געהאלטן אין איין אויסמאלן אין געדאנק און פארשטעלן פאר זיך דעם שם הוי', כדי מקיים צו זיין ״שויתי ד׳ לנגדי תמיד״.

דער מלמד איז אויף אים בייז געווען. דער קליינער נחמן האט אבער דעם רבין מפייס געווען מיט זיין געדולד און התמדה. שפעטער, ווען ער האט שוין געלערנט גמרא, האט ער זיין גמרא־מלמד מפייס געווען דערמיט, וואס ער פלעגט, אויסער דעם שכר לימוד, וואס די עלטערן האבן געצאלט, אים געבן אויך א באזונדערן טאג־טעגליכן אפצאל פון זיין טאשן געלט, כדי דער רבי זאל מיט אים וואס מער גמרא לערנען.

אויך שפעטער, ווען ער האט געלערנט פאר זיך, איז אים דאס לערנען שווער אנגעקומען. ער עפנט א ספר, קוקט, מאטערט זיך און פארשטייט נישט דעם פשט. ער גייט אבער נישט אוועק פונעם ספר, ביז ער דערגרייכט נישט דאס זיייניגע, ער וויינט, ער בעט רחמים פון השם יתברך, ער שטרענגט אן אלע זיינע כוחות, נעמט ארום יעדן ענין, באטראכט אים פון אלע זייטן, שטעלט זיך אפ אויף יעדער שורה, אויף יעדן ווארט, אויף יעדן אות, אויף יעדן תג, אויף יעדע נקודה, ביז אלץ ווערט פאר אים ליכטיג און קלאר.

נחמן לאזט נישט דורך קיין איינציגן ספר - פון די וואס געפיגען זיך אין מעזשיבוזש, - אז ער זאל אים נישט דורכלערנען פון דעקל צו דעקל, ער לערנט תנ״ך, ש״ס, פוסקים, עין יעקב, מדרשים, זוהר, תקונים, כתבי האר״י, אנדערע קבלה ספרים, מוסר־ספרים און (כאטש זיינע תלמידים דערציילן נישט פון דעם) אויך אלערליי חקירה־ספרים, ספרים פון תכונה (אסטראנאמיע), נאטור־וויסנשאפט, רפואה, הכלל אלערליי וויסנשאפטליכע ספרים, וואס מען האט דאן געקענט באקומען אויף לשון קודש.

פונקט ווי דער יונגער נחמן איז געווען איבערגעשארפט און איבערגעשפייט סיי אין לערנען, סיי אין יראת שמים, אזוי האט ער זיך געריסן דווקא צו גרויס פשטות אין השגות פון דער תורה און אין עבודת השם. אין דער זעלבער צייט, וואס ער האט געלערנט דעם ״עץ־חיים״ און דעם ״פרי עץ חיים״ און איז געשטיגן אין די העכסטע עולמות, האט ער אויך דורך געלערנט אלערליי מעגליכע מוסר-ספרימ'לעך וואס האבן זיך געפונען ביי זיין פאטער אין הויז. אין דערצייט וואס ער איז געווען אריינגעטאן אין די פארוויקלטסטע, טיפסטע קבלה־כוונות בעת'ן דאוונען, פלעגט ער אויך זאגן, ווי יעדער פראסטער פרומער יוד, א יעדע בקשה און יעדע תחינה, וואס ער האט געפונען אין די גראבע סדורים. ער האט אפילו נישט פארפעלט קיין איין תחינה אין עברי-טייטש, ווי אויך איז דער תהלים געווען זיין אייביגער באגלייטער. מיטן תהלימ'ל פלעגט ער זיך קיינמאל נישט שיידן.

אויסער די פארטיגע תפילות, פלעגט ער אויך אויסגיסן טאג טעגליך זיין הארץ פארן אייבערשטען מיט אייגענע ווערטער, מיט אייגענע תפילות. אויסרעדן זיך פאר השם יתברך פלעגט ער נאר אויף יידיש, אויף זיין לשון. ער פלעגט זיך צוליב דעם באהאלטן ערגעץ-וואו אויף א בוידעם אדער גאר הינטער די שטאט, אין פעלד, אין וואלד, אדער אין א הייל.

אלץ קינד איז זיין התבודדות ארט געווען אונטערן דאך פון זיין פאטערס הויז, הינטער א דין ווענטל פון צווייגלעך געפלאכטן, וואו ס׳איז געהאלטן געווארן היי און שטרוי.

אלץ וואס ער האט געטאן אין עבודת השם, האט ער געטאן אין דער שטיל, ״הצנע לכת״, פארבארגן פון לייטישע אויגן. צו מענטשן איז ער גראד געווען א פרייליך, שטיפעריש, כמעט לייכטזיניק יונגל, אזוי אז ווען ער איז בר־מצוה געווארן, האט זיין הייליגער פעטער, דער ״דגל מחנה אפרים״, געפונען פאר נויטיג אים צו זאגן מוסר אויף דעם פסוק: ״אני היום ילידתיך״. ס׳איז שוין צייט — האט דער פעטער געזאגט — אוועקצוווארפן די קינדישע שטיפערייען און ווערן א שטיקל לייט...

באהאלטן פון אלעמען פלעגט זיך נחמן אריינ'גנב'ענען אין שול אריין דורך די פענצטער און דארט אריינווארפן מטבעות אין די צדקה פושקע, זאגנדיג דעם ״לשם יחוד״ פון ״שערי ציון״ פאר יעדע אריינגעווארפענע מטבע. ער פלעגט מתחילה אויפטוישן די גרויסע מטבעות אויף קלענערע, כדי וואס מער מטבעות אריינצווארפן אין די צדקה פושקע און אזוי ארום זאגן וואס מער ״יהי רצונ'ס״...

אין דער יוגנט האט ער אויך זייער פיל געפאסט. געווען צייטן, וואס ער האט געפאסט משבת לשבת. כאטש ער איז געווען פון געבוירן אן א שוואכער, האט ער אמאל אין משך פון איין יאר געפאסט אכצן מאל משבת לשבת!

אין די שפעטע אוונט שעה'ן פלעגט ער קומען אויפן קבר פון זיין עלטער זיידן, דער בעל שם טוב. פון דארט פלעגט ער לויפן זיך טובל זיין אין אן אפענער קאלטער מקווה, סיי זומער, און סיי ווינטער אין די גרעסטע פרעסט. ווען מען פלעגט אים זען אמאל אפווישן זיך און קעמען דעם קאפ נאך דער קאלטער ווינטער מקווה, פלעגט ער זאגן, אז ער האט אט ערשט געוואשן דעם קאפ ערגעץ-וואו אויף דער גאס. מען האט זיך שטארק גע'חידוש'ט: וואס איז עס פאר א וואשן דעם קאפ ערגעץ-וואו אויף דער גאס און נאך דערצו אין א פראסטיגע נאכט? נאר גיי פרעג קשיות אויף אים...

ער האט אויף זיך גענומען בייצוקומען, צו צוברעכן, אויסרייסן און אויסראטן פון זיך יעדע תאווה. ער האט נישט געפירט קיין קאמף מיט אלע תאוות אויף אמאל. סוף כל סוף וועלן זיי אים באהערשן און נישט ער זיי. וואס דען האט ער געטאן? — ער פלעגט פירן א הארטנעקיגן קאמף מיט אן איינציגע תאווה אויפאמאל. ווען ער פלעגט פירן א קאמף מיט איין באשטימטער תאווה, פלעגט ער אלע איבעריגע תאוות אפלאזן. דאס האט געהייסן : איך גיב דיר נאך יצר הרע אויף אלע תאוות, אבער אויף דער איין איינציגע תאווה מוזט דו מוותר זיין. פארפאלן, איך גיב דיר אזוי פיל, מוזט דו מיר כאטש עפעס נאכגעבן... פלעגט ער אזוי לאנג בייקומען אין זיך, איבערברעכן און אויסרייסן פון זיך יענע תאווה, ביז ער פלעגט זיך פילן אינגאנצן פריי פון איר. דערנאך פלעגט ער זיך נעמען צו א צווייטער תאווה. ווידער נאכגעבן אנדערע תאוות און צעברעכן יענע צווייטע תאווה. אזוי די דריטע, אזוי די פערטע, אזוי כסדר.

אויף דעם זעלבן אופן וואס ער האט אין זיך באזיגט זיינע תאוות, האט ער אויך באזיגט אין זיך מדות רעות. אמשווערסטן איז אים אנגעקומען צו באזיגן די מידה פון כעס. ער איז געווען פון נאטור א כעסן און ס׳האט אים פיל מי און פלאג געקאסט, ביז ער האט זיך אינערלעך אזוי אויסגעארבעט, אז קיין זאך אין דער וועלט זאל אים נישט אריינברענגען אין צארן. דאך, — גיבן צו זיינע תלמידים, — אז ערשט זייענדיג אין ארץ ישראל האט ער זוכה געווען צוצוקומען צום פולן היפך פון דעם, צום טוב גמור, אזוי, אז קיין זאך אין דער וועלט זאל אים נישט אריינברענגען אין דער מינדסטער קפידה.

שווערע, ביטערע יסורים האט ער געהאט ביים באזיגן, צעברעכן און אויסרייסן די תאווה איבער אלע תאוות — ווי ער רופט זי, — די ״קדושת הברית״. ער איז אבער אלע נסיונות בייגעשטאנען, אויף אזוי ווייט, אז ער האט שפעטער געקענט זאגן וועגן זיך: ״אין מיינע אויגן זענען מאן און פרוי גלייך״, ד"ה, קיין פרוי דערוועקט נישט אין אים קיין געשלעכטלעכן חשק. ער האט אויך געקענט דאן זאגן: ״די געשלעכטס תאווה איז גאר קיין תאווה נישט, יעדן בר-דעת דארף זיך עקלען פון איר״. און אויך האט ער געזאגט: ״ווער עס קען אנאטאמיע, ווייסט, ווי עקלדיק אט די תאווה איז״. און אויך: ״איך האב קיין מורא נישט — נישט פאר קיין פרוי און נישט פאר קיין מלאך״. דאס הייסט: דער וואס האט נאך נישט דערגרייכט צו קדושה אינם געשלעכטלעכן לעבן, דארף מורא האבן פאר א מלאך, ווייל דער מלאך איז הייליגער פון אים. דער וואס האט אבער יא דערגרייכט די העכסטע מדרגה אין ״קדושת הברית״, האט גארנישט וואס מורא צו האבן פון א מלאך, ווייל ער קען צו יעדן מלאך זאגן דאס וואס רבי עמרם חסידא האט געזאגט צום יצר הרע, ווען יענער האט זיך באוויזן צו אים אין א פייער זייל: ״זעה! דו ביסט פייער און איך בין פלייש און איך בין אסאך שטארקער פון דיר״...

רבי נחמן איז אזוי פעסט און זיכער געווען אין דעם, אז קיין יצר הרע אין דער וועלט וועט אים נישט באזיגן, אז ער פלעגט נישט אנטלויפן פון געפערליכע נסיונות אינם געשלעכטלעכן לעבן. ער פלעגט גאר מתפלל זיין, אז גאט זאל אים צושיקן נסיונות, כדי ער זאל זיי קענען בייקומען. און ער פלעגט זיי טאקע בייקומען.

א טייל צדיקים פון זיין דור האבן געהאט אויף אים שטארקע תרעומות דערפאר און אנדערע האבן אפילו שטארק געקריגט אויף אים צוליב דעם, דערמאנענדיג דערביי די תפלה, וואס יעדעד איד איז יעדן טאג מתפלל: ״אל תביאני לידי נסיון״. רבי נחמן האט אבער געענטפערט: ״איך האב נישט קיין מורא פאר קיין שום נסיון אין דער וועלט. וועל איך דען משוגע ווערן און טאן עפעס קעגן דעם רצון פון השם יתברך ?״

איין זאך האט אים אלעמאל געראטעוועט: זיין איבערמענטשליכע התחזקות, זיין פעלזן פעסטער גלויבן, אז ״קיין יאוש איז גארנישט פארהאן״, אז קיין מענטש, אפילו דער שפל שבשפלים, טאר זיך אויף קיין פאל נישט מייאש זיין, ווייל ״אפילו אין שאול תחתית קען מען זיך דערנענטערן צו השם יתברך״. קיין מינדסטער קער, קיין מינדסטער ריר פון תשובה, בפרט נאך אן אמתע זיפץ און אן אמתע טרער, גייען קיינמאל נישט פארלוירן. מוז זיך דער מענטש מיט געוואלד אריינרייסן אין די טויערן פון תשובה, כאטש עס דאכט זיך אים, אז מען פארשטויסט און מען פאריאגט אים פון דארט. אלע הרחקות, אלע אפשטויסונגען, אלע מניעות אין דער וועלט קומען מן השמים, כדי דער חשק פונעם מענטש צו תשובה זאל זיך נאך מער צעפלאקערן, כדי זיין ווילן צום גוטן זאל נאך פעסטער געשמידט ווערן, כדי זיין געדאנק זאל נאך מער גערייניגט און געלייטערט ווערן.

רבי נחמן האט געוואוסט, אפילו בעת ער איז נאך גאר יונג געווען. אז א מענטש דארף זיין א גרויסער עקשן אין עבודת ד'. ער טאר נישט פארלאזן זיין אויסגעארבעטע פאזיציע אין יראת שמים, מען מעג אין אים שיסן מיט קוילן. ״אם רוח המושל יעלה עליך — מקומך אל תנח״. דו טוה דאס דייניגע און לאז דיך פון קיין שום מניעות אין דער וועלט נישט שטערן. פאלסטו איין מאל — הויב זיך אויף און גיי ווייטער דיין וועג, פאלסטו א צווייט מאל — טוה ווידער דאס זעלבע, — שטארק זיך און הויב אן צו גיין אין דיין עבודה, גלייך ווי דו האסט נאך קייינמאל נישט אנגעהויבן.

דאס איז דער עיקר און עבודת ד׳: מען דארף שטענדיג זיין אן אנהויבער. מען דארף אנהויבן פון דאסניי, גלייך ווי מען איז אט הערשט געבוירן געווארן, הערשט געעפנט די אויגן, הערשט דערקענט אז ס'איז דא א גאט אויף דער וועלט, וואס שפייזט אלעמען און איז מדריך אלעמען מיט ליבשאפט און מיט רחמנות. דאס איז דער פשט פון דעם, וואס רבי נחמן פלעגט שטענדיג זאגן : ״אלט טאר מען נישט זיין!״ דאס הייסט, אז א מענטש דארף זיך פילן ווי איינער וואס זיין הארץ איז אט ערשט געעפנט געווארן פארן סוד פון די וועלט און ער לערנט הערשט יעצט דעם אלף־בית פון עבודת ה'.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר