הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2716
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הפוסק המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד קארלסבורג

שליחה דורך דולה ומשקה »

איינער פון די גרעסטע מאדירי התורה בדורינו, און פון די סאמע גרעסטע פוסקים וואס די חרדישע וועלט בפרט דא אין ניו יארק איז הגאון הגדול המפורסם רבי יצחק שטיין שליט"א, וועלעכע איז כעת משמש אלס ראב"ד פון איינע פון די חשובסטע בתי דינין בישראל 'יראי ה' ד'קארלסבורג' וואס איז תחת נשיאותו פון הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה שליט"א בעמח"ס שו"ת עמק הלכה.

ווי אויך דינט ער אלץ דומ"ץ בק"ק פאלטיטשאן תחת נשיאותו פון זיין גרויסע טאטע דער פאלטיטשאן'ער רב וואס דער גאנצע עולם קען איהם אלץ בלשון חיבה רבי מאטיל שטיין. רבי מאטיל איז איז געוועהן פון די אריות שבחבורה אין סאטמאר, און וועם רביה"ק מסאטמאר האט אויסגעוועלט צו שטיין אינאיינעם מיט דער דעמאלסדיגע ראש ישיבה רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל. רבי מאטיל האט זוכה געוועהן צו עפעס וואס בלויז עטליכע זענען צוגעקומען צו דעם, צו אבען שמעוסן מיט רביה"ק מסאטמאר פנים אל פנים אונטער פיר אויגען, הערען הדרכות ישרות איבער הנהגת החינוך, ישיבה, וכו' וכו' ואכמ"ל בזה. אומדיירעקט האט ער זוכה געוועהן מעמיד צו טויזענטער תלמידים. (וואס דאס באדייט א באזונדער אשכול).

רבי יצחק שטיין אויסער זיין גרויסע יחוס שטאמענדיק פון צדיקים מפורסמים מנהיגי העדה. איז ער זעלבסט אויס געוואקסען צו זיין א יחוס עצמו דורך זיין התמדת התורה און ידיעות התורה.

ווייניג ווייסען אבער כמעט יעדע שווערע נושא וואס ווערט היינו צו טאגס ארויף געברענגט על שלחן מלכים היושבים על מדין קומט עווענטואל אן צו איהם, רוב דיינים פון די גרויסע קהילות ווילן הערען זיין חוות דעת, וואס ער זאגט אלע מאהל מיט א באזונדערע בהירות וקולע אל השערה. זיין היסטוריה אין דעם געביט איז א לאנגער (ואי"ה עוד חזון). כמעט ביי יעדע אסיפת הרבנים פון ערנסטע שאלות בהלכה איז ער דער ראש המדברים. גדולי הפוסקים פון פריעדיגען דור זענען געוועהן עומד ומשתעה פון זיין גאונות און בקיאות וואס ארבעט האנט ביי האנט צו לייזען פראקטישע שווערע מציאות'דיגע שאלות.

נישט קיין ווינדער איז געוועהן ווען איינע גאר א חשובע רב האט זיך אויסגעדריקט אויף איהם אז "דער קומענדיק דור האט שוין גרייט א פוסק", און אנדערע ווערטער א פוסק הדור. שמו הטוב פיגערירט שוין אין גאר אסאך תשובת ספרים ווי זיי שרייבען זיך צו איהם כחד מהגדולים ממש און מיט גאר אומדערהערבארע טיטלען.

אויסער דעם איז ער באוויסט מיט זיין באשיידענקייט, צניעות, אנטלויפט פון סיי וועלעכע סארט פורסם, ער האט זיך קיינמאל נישט געלאזט אינטערוויאון פאר קיין שום צייטונג אדער מאגאזין. פשוט דאס איז נישט איהם ער וויל עס נישט און ער דארף עס נישט. אזוי אויך ווער אימער קען איהם אפשטעלן רעדן צו איהם בכל נושא, זייענדיק אויך א ידען נפלא אין אידישע היסטוריה, חסידות, מנהגים, ועוד.

דער כאראקטער וואס ער באזיצט, קען אונז דערמאנען פון להבחל"ח הגאון האדיר רבי משה האלבערשטאם זצ"ל בעל שו"ת דברי משה, וועלעכע אויסער זיין גאונות און צדקות איז ער געוועהן א גרויסע יחס'ן, וואס דאס מיינט ער האט גוט פארשטאנען אסאך פראבלעמען וואס אנדערע איז שווער מסביר צו זיין. דאס זעלביגע איז דא וואס אסאך בנש"ק פילען זיך זייער באקוועם אדורך צו שמועסן מיטן קארלסבורגער ראב"ד וויבאלד ער פארמאגט דער זעלבע שלימות.

ועוד יש הרבה לדלות ולהשקות, אי"ה
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 96 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר