מייקל סעוויטש

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
פאפיטעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

מייקל סעוויטש

שליחה דורך פאפיטעס »

סאיז מיר א שטארקע חידוש אז עס איז נאכנישט דא אן אשכול איבער דעם העכסט אינטרעסאנטער פארשוין
האבעך פראבירט ציזאמציקראצן וויפיל איך ווייס, אין כגלייב אז עס געפינט זיך דא נאך אסאך וואס הערן אים אין ביטע צולייגן פרטים וואס איך דערמאן נישט אדער סתם אינטרעסאנטע עפיזאדן איבער אים.

מייקל סעוויטש איז א וועלט בארימטע ראדיא הויסט וואס איז וועלט בארימט מיט זיינע קאנטרעווירסואלע שיטות אין זיין עקסטרעם היציגן טעמפער וואס ער לאזט הערן יעדן איינציגסטן שוי,

אבער נישט יעדער ווייסט אז דער מאדנער קוריאזן פארשוין איז געבוירן געווארן אלץ מיכאל ווינער, צו א היימישער חבדסקער משפחה פון קרוין הייטס אין זיינע ערשטע יארן אין לעבן איז געווען אויפן היימישן לעבנסשטייגער, אין ער דערמאנט זיך פון צייט צו צייט מיט בענקשאפט דערצו,
ער פארמאגט עטליכע געשוויסטער וואס זענען פרום, אין זיי האלטן זיך נאנט,

זיין היסטאריע פון אריינגיין אין פאליטיק איז ווי די טיפיקל סוקסעס געשיכטעס פונעם אימעגראנט וואס האט זיך ארויפגעארבעט צום מקסימום דורכן אנהייבן קליין, אין ער איז די זעלבע,

דאס איז ווי מעזאגט זיין ביאגראפיע, אבער דער מענטש איז א וועלט פאר זיך וואס מען קען שרייבן גאנצעטע ביכער,

ער שטארט ארויס מער ווי די אנדערע קאנסעוואטיווע טאלק שויס ווי ראש לימבא און הענרי וכו' מיט זיין זעלבסזיכערקייט און יודישע חוצפה וואס קיין נארמאלע מענטש האט נישט...
ער קען איין טאג זאגן איין זאך אין די נעקסטע טאג זאגן דאס פארקערטע פשוט ווייל אזוי האט אים יעצט פארשמעקט...
זיינע דרשות זענען געווענטליך די זעלבע, אריינשניידענדיג אין די דעמאקראטן און ליבעראלן מיט בריעדיגע שפיזן צילייגענדיג זאכן וואס איז פארשוויגן געווארן דורך יעדע נארמאלע טשענעל, אין צייט פון א נויט קען ער פראדעצירן מעשיות..., ער איז א שרעקליכן קאנספעראציע טעאריע גלייבער אין ער לייגט עס אראפ אזוי גוט אז סאיז נישט מעגליך אים אפציפרעגן!
ער פארמאגט א ריזן באזע ציהערערס אין אמעריקע און ספעציעל ביי די רעפובליקאנער געמיינדע, אין אן אינטרעסאנטער אנעקדאט איז דא א גרויסער ציבור דעמאקראטן וואס הערן אים אויך...

געווענטליך וועט זיך דער שוי אנפאנגן מיט דברים העומדים על הפרק, אין אונטער צוויי מינוט וועט ער האלטן ביי די צווייטע נושא וואס "ער" וויל.., ווען ער קומט אן צו דעם ווערט ער ווילד ווי א טיגער אין עס איז סכנות נפשות אריינצירופען דעמאלטס! זיין שפראך איז טאקע זייער לער און פיסט אבער דאס איז טאקע זיין כח, ער שרייט מיט קולות אין מאכט א מצב פון א אויסגעגאסענע גלאז וואסער, ער פארמאגט נישט קיין ברעקל הומער אין זיך, אין ער דערשרעקט זיך נישט פון קיין נברא אין דער וועלט, ווען ער שפירט אז ער דארף זיך עפעס אנריפן וואס וועט מעגליך וויי טוהן א געוויסע געמיינדע וועט ער ניטאמאל א קלער טוהן פארן זאגן, אין ער האט שוין אויסגעריפן אסאך בייז בלוט ביי די מעקסיקאנער, שווארצע, ספאנישע, כינעזער, פרומע יודן, אין וועם נישט...

ווי געזאגט איז ער א מענטש מיט א שרעקליכן טעמפער, אין עס דערקענט זיך אסאך ווען ער דארף זאגן די אדווערטייזמענטס פונעם שוי אין ער האט נישט קיין נערווען דערצו..., ער קען זאגן די עד אין גלייך דערנאך האקן אויף די פירמע...

ער האט פיינט פרומע חסידישע יודן (נישט קיין ווינדער פארוואס...) אין ער פרעדיגט אסאך אויף די "סאטמערע חסידים" פון וויליאמסבורג, אין מיט רעכט, זיינע טענות זענען געווענטליך פאקטן אדער אמאל אמאל איז עס פשוטע לצנות, אבער ער רעדט אסאך פון די שיינע צאמגענימענע לעבן ביי די דאזיגע "סעקטע כאסידים",
ער דערמאנט זייער אסאך איבער יודישע מנהגים און ימים טובים, אין ער איז א שטיקעלע תלמוד חכם צו דערזייט אויך..

אבער זיין בעסטע פארט פון די שוי איז די אריינריפערס וואס רעדן מיט אים אין פארענט פון מיליונען אמעריקאנע ציהערערס, געווענטליך וועט ער אנפאנג זיין אביסעל שיין צו דעם יעניגען ביים ערשטן רינג אבער נאכדעם ווערט ער נערוועז אויפן מאקס, ווייל ממה נפשך, אדער וועט יענער אים זאגן שכוח אין אויסדריקן זיינע הארציגע געפילן איבער די שוי, אין ער ווערט נערוועז דערפון אין ענדיגט די שמועס ווי שנעלער, די אנדערע גרופע פון ריפערס זענען דעמאקראטן אדער סתם מענטשן וואס האבן רעכטע טענות אויף אים, אין ווען עס קומט אזא פאל קען מען זיך נישט אויסרעכענען מיט אים'ן ער קען נעמען די צייט אין אפפרעגן יענעם אזש ער וועט זיך באגראבן לעבעדיגערהייט אדער וועט ער ווערן ווילדער ווי ווילד אין מאכן הימעלגעשרייענדע קולות אויף דעם יעניגן זיך נישט אפהאלטענדיג פון ניצען שמוציגע ווערטער וואס מען דארף פארמעקן אויפן שוי, אין דאס איז וואס שטיפט מאסן מענטשן אים אויסציהערן, כגעדענק נישט קיין טאג וואס איז אריבערגעגאנגן אן "עקשען"...

ער האט א גרויסע באזע פון היימישע חסידישע יודן וואס רעדן זיך איין ציליב וועלכע סיבה אז זיי זענען "הייסע" רעפובליקאנער..., אין עס איז שוין געווען עטליכע פעלער ווי היימישע ראצערס האבן אריינגעריפן אין מיט א צעקליאשטן ענגליש זיך באדאנקט בשם די היימישע "ארטעדאקס" קאמיוניטי פאר זיינע פעולת..., אדער סתם אזוי געפלאפעלט ווי פיפיקלעך אבי זיי רעדן מיט "מייקל סעוויטש אליינס!" , אבער די פראבלעם איז אז דער סעוויטש האסט די פרומע לעבענסשטייגער וואס איז ליבעראלער פונעם פויפסט, אין ער צילייגט זיי אויף פיצלעך, ביז די יונגעלייט ווערן באליידיגט אין סטראשען גאר אוועקציגיין פון די רעפובליקאנער...., מייקל פרייד זיך שטארק פאר אזעלכע קאלס, סא אויב ווילט איר מהנה זיין א צווייטע יוד ריפט אים ביטע...

אין איך בעט אייך נאכאמאל, אויב איינער האט אינטרעסאנטע זאכן פון אים אדער לינקס ביטע אהערשיקען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאפיטעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר