לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

לעגענדארער שריפטשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי

שליחה דורך בעל מדות »

א מענטש וואס איז באקאנט, קען מען נישט באקאנט מאכן, און א מענטש וועמען יעדער קען ביים נאמען, איז קיין שום קונץ נישט צוזאמצואווארפן עטליכע פראזן לכבודו.
איך שפור זיך מאדנע ווען איך נעם דעם פעדער אין דער האנט אפצושרייבן עטליכע שטריכן איבער דעם וועלט-בארימטן פיגור וועמען אלע קענען, האבן שוין געהערט פון אים, אדער געליינט "פון אים", עס איז די רעדע פון דעם סאמע בעסטן זשורנאליסט אין דער אידישער שפראך, אנגעהויבן פון דעם טאג ער איז ארויף אויף דער ארענע ביז'ן היינטיגן טאג, דער אינגערמאן וואס איז מולטי טאלאנטפול און ביי טייל פארעהרער באצייכנט אלס א לעבעדיגע ענציקלאפעדיע צי לייברערי, דער אלעמען באקאנטער ר' שמעון ראלניצקי, דער רעדאקטאר פון "דער שטערן" פובליקאציע.
אלס לאנגיעריגע אנהענגער פון ר' שמעון איז עס מיר א שטאלץ צו ווידמען עטליכע מינוט און עס פארוואנדלען אין א ספעציעלער צייט, ווען איך בין מצמצם מיינע רייד און געפילן ארויסצוגעבן וואס עס ליגט ביי מיר אנגעזאמעלט פון לאנגע יארן, זינט איך האב מיך באקענט מיט דעם "שטערן" פענאמען. זאלן די פאר ווערטער דינען אלס עדות צו די פרוכטפולע מייסטערווערק וואס ר' שמעון האט אלץ ערצייגט, זייענדיג מסלתה ומשמנה פון דער ליטערארישער וועלט פונעם לעצטן יאר הונדערט, און פרעגט מיך נישט יעצט וואס "יאר הונדערט" מיינט, איך האב עס געזען אין דער שטערן...
לאמיר צוזאמען צוריקפליען מיט א צוואנציג יאר צוריק; די אידישע מארקעט האט געוועפט, אויסער דער איד, בעלייכטונגען און פארווערטס, איז נישט געווען קיין שום אידיש ווארט צו לעזן, די אידישע מידיא איז געווען אין א מצב ווי דארט וואו קארטאפל וואקסן, און אויף די שאפעס פון די נייעס-פאליצעס זענען געלעגן צוויבל.
אידן האבן געוויסט נייעס פון מחנה רב טוב, שעראן ספרינגס און איבער ארץ ישראל, און צו געוואויר ווערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם מיסיל וואס איז ארויסגעפלויגן דאנערשטאג האט מען געדארפט ווארטן ביז דער קומענדיגער וואך פרייטאג.
ווען געשעענישן אינערהאלב דער פאליטישער עוואלוציע אין סאטמאר האבן געפירט צו דער גרינדונג פון "דער בלאט", איז שוין דער יוגנט געווען אביסל מער נייגעריג אין דער וועלט, און נישט דוקא צו וויסן נייעס, אבער אין פאקט איז פשוט נישט געווען וואס צו נעמען אין דער האנט אריין (דער בליק און פלאם קאנקורענטן זענען געבוירן געווארן שפעטער.
אין דער -- נישט מער ווי פאסיגער -- צייט איז אריינגעקומען אין בילד "שמעון ראלניצקי"; ער איז נאך דאן געווען א בחור אין קרית יואלער מתיבתא און ווי נאטירליך געטריי געדינט די אגענדע פונעם פארטיי. ער איז דאן געווארן אן אקטיווער שרייבער אין " דער בלאט".
נאך א שטיק צייט איז דער נאמען שמעון ראלניצקי געווארן שטארק אויפגעכאפט, ווי וויקיפעדיע פארציילט איז ער דער איינציגסטער שרייבער אין אידיש וואס האט אלעמאל גענוצט זיין אמת'ער אידענטיטעט (טראץ וואס ער פארמאגט נאך נעמען ווי ר. ש. כהן אדער ר. שימאן.)
שמעון האט איינגעקויפט א געוויסער טראסט און זיין שניט טוט פון אלעמאל באצויבערן. זיינס אן ארטיקל איז געקומען ווי מיט זיין חותם, א זיגל וואס האט עדות געזאגט אז דער ארטיקל וועט זיין אינטערסאנט און קלאר געשריבן, און מען וועט דערפון זיכער הנאה האבן.
מיט דער צייט האבן זיך מענטשן אנגעהויבן שווערן אין דעם נייעם "שטערן" און נאכגעזוכט מיט "שפאקטיוון". ער האט וועכנטליך אפגעשריבן די פאליטישע נייעס אין דער בלאט. שמעון האט גוט אויפגעכאפט דעם פאליטישן סיסטעם שרייבנדיג רייכע אנאליזן וואס וואלטן נישט פארשעמט גרויסע זשורנאליסטן און געוויס נישט א תלמיד פון בארימטן אקאדעמיע יו.טי.עי.
נאך דער חתונה איז ער געווען אן אינטערגראלע טייל פון די גרינדער פון דער שטערן און געהאלפן אוועקשטעלן די פונדאמענטן פון דער דאן רויע "שטערן" אויסגאבע, שמעון האט פרעזענטירט אן אינטערסאנטער סטיל פון ארטיקלען וואס האט געברענגט פאר דעם מאגאזין א שטארקע הצלחה.
וואס דער שטערן איז היינט דארף מען נישט מסביר זיין, א מאגאזין וואס ווערט צעכאפט פון די געשעפטן דורך מאסן ליינער און קומט אן צו פילע אידישע היימען ווי אנשים נשים וטף דערקוויקן זיך מיט איר רייכן אינהאלט און הערליכע קאלומס.
מיט די יארן איז צוגעקומען די צווילינג אויסגאבע "דער שפאקטיוו" צו האלבען חודש נאך וואס די "שטערן" ליינער האבן שוין אפגעלעקט יעדע ווארט מדעקל אל דעקל און מ'איז גרייט פאר דעם קומענדיגן נומער.
עס איז שווער זיך צו פארשטעלן וויאזוי די וועלט פון אידישער ליטעראטור וואלט אויסגעזען אן דער שטערן. דער מאגאזין איז נישט נאר אן אויסגאבע נאר א קאלעקציע, טויזנטער פון אירע ליינער זאמלען נומער נאך נומער און קאלעקטן יעדע אויסגאבע מיט א באזונדערער חיבה. פון ציי צו צייט נעמט מען ארויס אן אלטן נומער און מ'פרישט זיך אויף מיט די אינהאלטסרייכע ארטיקלען.
אין א וועלט וואו עס לעבן פארשידענע בייסיגע נאטורן און סארטן מענטשן וואס קענען נישט אנעמען אז אנדערע זענען מצליח מיט סיי וועלכן געוויסן פראיעקט, האט אויך דער שטערן פיגורירט אויף דער שווארצער ליסטע פאר לאנגע יארן. שווארצע וואלקענעס האבן זיך אנגעריקט און פארשטעלט די שטערנס ווען ווען מען האטי ליידער געלייגט שטיינער על כל מיני אופנים. דער אמת האט אבער געזיגט און געהאלפן דעם שטערן איבערקומען די שווערע מצבים און שמאלע צייטן.
א באזונדער רעספעקט פארדינט דער שטערן פאר דער וויזיע צו רעספעקטירן אלע גדולי ישראל אן קיין צווישנשייד. דער שטערן שטייט ווייט פון כל מיני פאליטיק,לשון הרע אדער ליגנט און פאלשע באצאלטע פי. אר. ארטיקלען.
שמעון קען ערליך אידענטיפיצירט ווערן אלס א "רעוואלוציאנער" און "טשאמפיאן" וואס האט באוויזן וואס ווייניג האבן באוויזן מיט אזא ערפאלגרייכער סוקסעס ראטע.
שמעון איז א בא'טעמ'טער צוגעלאזענער פערזאן, א פריינטליכער טיפ, און די וועלט פון אידישער מידיא און זשורנאליזם קען ריכטיג שטאלצירן מיט אזא חשוב'ן יונגערמאן וואס איז א ריכטיגער מכיר את מקומו, טוט נישט באליידיגן קיינעם טראץ זיין רים און אנערקענטע פאזיציע, און שענקט דאס מערסט געדולד צו יעדן זעלבסט איינגערעדטן "ידען" וואס וויל צייגן זיין רייכע קענטעניסן אויף הילערי קלינטאן...
פאלגנד זענען מיינע קאמענטארן פון א צייט צוריק נאכ'ן ווערן אינספירירט ווערן פון אן ארטיקל אין דער שטערן:
"איך לייען אסאך, און אפטמאל קומט מיר אויס זיך צו אנשטאלפערן אין ארטיקלען וועלכע איך גיי ארויס פון התפעלות, און אריין אין א ווילדער שטימונג נאכ'ן איר אפלייענען, נאכדערצו ווען עס קומט יעצט די לענגערע זומער וואכן און חדשים, און עס איז דא מער צייט צו פארברענגען מיט דעם אפשר אלטמאדישן וועג פון פארוויילונג דורכ'ן שריפט און פאפיר.
"עס זענען דא פארשידענע אשכולות וועלכע באנעמען פארשידענע אויסגאבעס, אבער עס איז נישט פארהאן -לפי מיין קורצע איבערזיכט- אן אשכול וועלכע זאל זיין אן ארט וואו מען זאל זיך פארשלאגן ארטיקלען און זיי הויעך אויסרימען בכדי אנדערע זאלן דערפון אויך קענען הנאה האבן.

"אפטמאל ווען א שרייבער פון אן ארטיקל קומט אריין מיט אביסל א שלאבערישן נאמען, אדער מיט נישט שרייעדיגע בילדער ווערט עס נישט געקוקט ביי מענטשן, אדער באגנונגד מען זיך מיט בליקן אויבנאויפדיג,וואלט מען אבער געוואוסט וואס פאר א שיינעם אינטערסאנטן ארטיקל דאס איז וואלטן זיי שטארק חרטה געהאט פארן זיי דורכמישן און דאס איז מיין ציל מיט דעם אשכול.

"די קאווע שטיבל פאלק וועלכע אינאיינעם פארמירט א מאכטפולע ליינער באזע מיט שווערע טויזענטער אויגן, נישטערן נאטירליך דורך יעדע אויסגאבע, דזשורנאל, צייטונג און ביכל, וועלכע קומט נאר ארויס אויפ'ן מארקעט, און מיט א כח הרבים, ווען מען ווייסט פון אנדערע וואס האבן שוין געלייענט א געוויסע ארטיקל און זיי טיילן עס מיט אין פובליק, וואלטן מען זיכער מער הנאה געהאט ביים נעמען די פובליקאציעס צו די אויגן.

"פארוואס זאג איך עס אייך? איך האב די וואך געלייענט אין די שטערן (חודש אייר ע"ה) אן אינטערוויו מיט א שניידער וועלכער האט א אינטערסאנטע היסטאריע און ממש איך געדענק נישט איך זאל ווערן אזוי איבערגענומען פון א געשריבענעם ארטיקל.

"איך האב ווי "מיטגעלעבט" דורכאויס די געשיכטע זיינע לאכן און וויינען, טרונקענדיג מיט דורשט יעדעס ווארט וואס ער האט נאר געשריבן."
דאס זענען מיינע איינדרוקן אויף איינס פון הונדערטער געלונגענע ארטיקלען וואס דער שטערן האט אהערגעשטעלט.
דער שטערן האט באוויזן צו דערהייבן דעם כבוד פון דער אידישער שפראך און אריינגעברענגט א פרישן חשק און גלאנץ אינעם מאמע לשון. מען קען ממש אנטייטלען אויף אינגעלייט און בחורים וואס קענען אידיש און דערקלערן זיך אלס שרייבער, צוליב דעם פאקט אז זיי פלעגן ליינען אסאך "דער שטערן" פון וואס אויך קאווע שטיבל טוט געניסן ביז'ן היינטיגן טאג.
צוריקמישנדיג די בלעטער, צווישן אנדערע מעכטיגע ארטיקלען און פארש ארבעט וואס ווערן עד היום אויסגעלויבט ביי מענטשן, זענען די ברייט ארומנעמענדע ארטיקלען איבער דעם אומקום פון פרעזידענט קענעדי;, דער באזיך פון סקווירער רבי אין ווייסן הויז; די פארכאפונג פון א גאנצן באס פון יונגע שולע קינדער אלס משכונות; אפעראציע רויטע פליגל; די משכונות קריזיס אין איראן, און נאך פולע וואס קענען אנפילן גאנצע ביכער.

אין צוגאב פון שריפטשטעלער, איז שמעון א וואוילטעטיגער עסקן פאר וועמען עס קומט זיך פיל קרעדיט פאר'ן שטייען דערונטער די פייערדיגע מערכות לטובת "רובאשקין", "גראסמאן" און נאך. שמעון ווערט געדענקט אלס דער עסקן וואס ווארט נישט אז אנדערע זאלן טון, נאר נעמט באלדיגע שריט אויף דער אייגענער האנט.
נוצנדיג זיין ארגאן דער שטערן האט ער נישט איינמאל אנגעצינדן דעם שוועבל וואס האט עווענטועל אויפגעריסן און עקספלאדירט אין א העלישן פייער ביי גאנץ כלל ישראל צומאל ווייטשטרעקיג ביז איבער קאנטינענטן אויפצוטון פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה.
אין א דור וואס עס שוועבט א פחד ביי עלטערן, דער אינטערנעט מאנסטער ווערט אלץ מער אויסגעריסן פון אידישע היימען, איז דער שטערן דער אויסוואל פון אינטערסאנטע לייען מאטריאל וואס זאל ציען און זיין געשמאק פאר די יונגווארג אנשטאט מאוויס און טעלעוויזיע סעריעס וועלכע זענען פול מיט ניוול, שמוץ, און אומאויסגעהאלטענע רייד.

אגב איז שמעון ראלניצקי פון די איינציגע אידישע דזשורנאליסטן בכלל און איז לעגאל אנערקענט אלסא שרייבער וואס פארטרעט טויזענטער ליינער וואס העלפט אים קריגן צוטריט צו פילע פארמאכטע טויערן.

שמעון פארמאגט אויך א נעסטל אויף "קול מבשר" און טראץ וואס ער איז נישט די זעלבע גוט אין "רעדן" ווי אין "שרייבן", זענען מענטשן שטארק אויסן מיטצוהאלטן זיינע שיינע באהאנדלונגען, ווי ער צונעמט טעמעס מיט א גרינטליכקייט און קלארקייט און אלץ מיט א היימישער תורה'דיגער גייסט.

אויף קול מבשר וועט צומאל פארקומען דעבאטעס צווישן שמעון און אנדערע חרדישע נייעס-אנאליסטן אנאליסטן און עס איז גאר אינטערסאנט זיך צוצוהערן זייערע מיינונג דיפערענצן און קריגערייען...

שמעון האט א שטארקע ווארט אין דער אלגעמיינע גאס און ער שטייט אונטער א מאכטפולע ליינע באזע פון אומצאליגע טויזענטער ליינער אין די שפראכן פון אידיש, ענגליש, און העברעאיש.

שמעון שטעלט צו אריגינעלע סחורה, ער טוט אויפגעקומען מיט גוטע און אריגינעלע געדאנקען וועמען צו אינטערוויאירן. ער פארט פיל ארום דער וועלט פאר זיינע ארטיקלען און האט שוין באזוכט די לענדער פון רוסלאנד, דייטשלאנד, פוילן, קאנאדא, יאפאן, און ארץ ישראל, און נאך.

אדאנק זיין גרינטליכער און ווייטגרייכנדער זשורנאליזם איז אים אמאל אויסגעקומען צוזאמענצושטעלן צוויי אודים מוצלים מא פון דורכאויס די וועלט קריג, א רעטער און דער מענטש וואס האט אים געראטעוועט ביי דער צווייטע וועלט קריג. דער ארטיקל האט געהאט א שטארקן אפקלאנג איבעראל.

דעם יעצטיגן יום טוב האט שמעון ווידער באוויזן צו איבערראשן זיינע ליינער אהערשטעלנדיג א גאר רייכע אויסגאבע. מוצאי יום טוב האב איך געשריבן אין שטיבל ווי פאלגנד:

"...איך געדענק נישט איך זאל האבן אזויפיל הנאה פון ליטעראטור אין מאמע לשון ווי דעם סוכות.

דער "שטערן" האט אהערגעשטעלט עפעס אן אויסערגעווענליכע ארבעט, איך האב ספעציעל הנאה געהאט פון דעם ארטיקל "דער הויפט שונא פון אייסיס, אסאד, און פוטין: דער סעלפי שפיאנאזש גענעראל".

דער ארטיקל פארציילט איבער אן איינצעלער מאן וואס האט זיך געמאכט וועלטבארימט מיט אן אייגנארטיגע שפיאנאזש אפאראט. אויך האט מיר זייער געכאפט אן אנדערער ארטיקל מיט'ן נאמען "אפעראציע טשאווין דע הואנטאר", עס איז עפעס נישט צום גלייבן, איך בין געווען געשפאנט דערצו און נישט געקענט אראפלייגן דעם מאגאזין ביז דער ענדע. איך גאראנטיר אייך אז איר וועט נישט חרטה האבן פון דאס ליינען."

עס איז מיין פערזענליכער האפן אז שמעון וועט ליינען מיינע ווערטער און נאר ארויסנעמען דערפון אן אינספיראציע צו פארשטארקען זיינע אגענדעס און ברענגען קלאסישע סחורה פאר זיינע אומצאליגע ליינער אנע אפשטעל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר