אידישקייט אדער הלכה?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

אידישקייט אדער הלכה?

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לאמיר גיין גראד צום פוינט: ס׳האט מיר לעצטנס געזאגט איינער אז ער פארשטייט נישט די שוואכע מאדערן-ארטאדאקסן וואס צינדן שבת-ליכט, מאכן קידוש, און עסן א סעודה אויף א ווייסן טישטוך, אבער פאר א נויט וועלן זיי אנצידן א לייט אום שבת, זאגט ער מיר אז אנצידן א לייט גרעניצט זיך מיט א דאורייתא, צינדן שבת-ליכט ווידער איז בכלל נישט אזוי וויכטיג זאגט ער, נאכדערצו היינטיגע צייטן ווען מיר האבן לייטס און די פוסקים מוטשען זיך ארום וויאזוי מ׳קען בכלל מאכן א ברכה דערויף. לאור דעם קומט ער אויף מיט א וואזשנעם חידוש, אז דו צינדסט אן לייטס אום שבת האסטו נישט וואס אנצוצינדן שבת-ליכט, מוחל טובות! דו מיינסט אז גאט דארף דיין קידוש מיט׳ן ווייסן טישטוך? אז דו רייסטסט חלילה טוילעט פאפיר אום שבת וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא לויט געוויסע פוסקים האסטו נישט וואס צו מאכן קידוש וואס לויט געוויסע פוסקים איז נאר א דרבנן (ס׳טוט זיך א טשעריפיקינג פון פוסקים...), ענדערש עס אויף א שווארצן טישטוך און מוחל דיין קידוש! הפלא ופלא.

האב איך איהם איבערגעהאקט און געפרעגט, און דא דארף מען דרייען מיט׳ן פינגער, אויב ס׳איז אמת וואס דו זאגסט אז שבת-ליכט פעלט בעצם נישט אויס היינטיגע צייטן און די גאנצע ברכה מאכן דערויף איז א גרויסע דיעבד וואלטן מיר לכתחילה׳דיגע אידן געדארף זיין די ערשטע צו מבטל זיין די גאנצע שבת-ליכט, אמער, ס׳דאך א חשש ברכה לבטלה וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא את שם הוי״ה אלהיך לשוא נישט ווייניגער ווי אנצינדן א לייט אום שבת!

אלא מאי, האב איך אויסגעפירט, מיר הלכה אידן פארשטייען אויך אז אידישקייט איז וויכטיגער פון הלכה, יא, די שבת-ליכט מיט׳ן ווייסן טישטוך, דאס איז שבת! מאכן קידוש און עסן נאכטמאל מיט׳ן משפחה דאס איז שבת! מיר פארשטייען אויך אז הלכה דארף זיך בייגן צו אידישקייט און נישט פארקערט, און דערפאר דארף מען אויפקומען מיט אויבערחכמישע תירוצים צו פארענטפערן די ברכה אויף די שבת-ליכט הגם על פי הלכה גרעניצט עס זיך מיט א דאורייתא פון לא תשא.

און דא קומען מיר צוריק full circle, דעם שוואכן מאדערן-ארטעדאקס אינטערעסירט הלכה אין די לינקע פאה (אויך אין די רעכטע ווייל ער האט בכלל נישט קיין פאות), דער חזון איש פארבאט אנצינדן א לייט אום שבת, דער מהרש״ג איז מתיר, ער האט נישט קיין אהנונג וואס זיי ווילן פון זיין לעבן האבן, ער פילט בכלל נישט אז זייערע opinions זענען איהם מחייב. האט ער געזאגט, איז וואס? און דא קומט שטארק אריין דעם ״כלל ישראל׳ס נאז״ דאקטרינע, דער שוואכער מאדערן-ארטעדאקס דארף א שבת פון מנוחה ושמחה אור ליהודים ולמשפחותיהם מיט א קידוש און שבת-ליכט, ער איז אויך גרייט צו הערן אן opinion פונעם חזון איש און ער גייט נישט סתם אזוי זיך נעמען אנצינדן לייטס אין דער וועלט אריין, אבער ווען ס׳וועט איהם שטערן דעם מנוחה ושמחה וועט ער איידעלערהייט זאגן פאר׳ן חזון איש, במחילת כבודך, איר זאגט זייער שיינע opinions אבער מיר איז די מנוחה ושמחה וויכטיגער. אויף אידישקייט וועל איך מיך מוסר נפש זיין, הלכה איז מהיכי תיתי.

הנוגע לעניננו: איך בין חס ושלום נישט געקומען אוועקמאכן די וויכטיגקייט פון הלכה, די שאלה איז דא צו זענט איר מסכים צו מיין חבר׳ס וואזשנעם חידוש מיט וואס כ׳האב אנגעפאנגען צו נישט? צו זענען די סארט מענטשן ממש קלאונס ווי יענער לייגט זיי אראפ אדער קען מען עס יא פארענטפערן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר