דארווין

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

דארווין

שליחה דורך פליקער »

דארווין טעאריע

זיין טיאריע פון אבילוציע, האט געמאכט אזא איבערקעריניש אין די וועלט, אזש אז ער איז געווארן דערקלערט אלס דער גרעסטער חקרן און די וועלט, זיין טיאריע האט זיך צישפרייט ווי ווילד פייער, אבער למעשה וויפיל איך טראכט דערין אריין איז עס דאך גאר לעכערליכער טיאריע, ער האט קשיות אבער זיינע נערישע קאנקלוזשען'ס זענען גאר ערגער ווי זיינע קשיות, ממש עס קומט צי לאכן פאר יעדע גלייך טראכטענדער מאן.

איך וויל נישט איבערקייען דא זיינע חידושים וואס כמעט יעדער דא ווייסט, און דער וואס ווייסט נישט זאל טאקע נישט וויסן, אבער ממש עס איז מיר שווער ווי אזוי חכמים גדולים זענען געפאלן דערפאר, איך האב איין תירוץ פארוואס, ווייל דא קימט א חכם וואס האט איבער געגעיבן זיין שטודיע פון אכצען יאר אין די ווילדערנישן און שרייט אבילוציע, לית דין ולית דיין, אלעס פאסירט דורך די ווילן צי מאכן בעסער די יוניווערס, טיען זיי פארבעסערן די גענעס, היות אז מען ברויך אויגן, האט זיך די גענעס פארבעסערט און באשאפן פון דאן און ווייטער אויגן פאר די קומענדיגע גענעראציעס, ווי נעריש איז אזוי צי זאגן, וויפיל רשעות ליגט און אזא סטעיטמענט קעיגן דער בורא עולם, איך האב געליינט אן א שיעור אפיקוריסישע קליפס וואס זענען מסביר דארווין טיאריע, קיין שום עוועדענץ צים טיאריע איז נישט פארהאן, נאר פאקטן פון מאדנע מינע וועיגן ווי אזוי באשעפענישן אדאפטירן צי געוויסע מצבים וואס זיי האבן זיך געפינען, ווי פיש אין וואסער אדער פייגל אין ימל, אנשטאץ צי זאגן אז זיי זענען באשאפן געווארן גענוי אזוי כדי צי סארווייוון אינעם מצב, מיז מען דאך זיין גאר לייכטזיניג.

למשל צי זאגן אז פיש האבן איוואלווד צי קענען איבערלעיבן אין וואסער, מיז זיין אז זיי האבן זיך ציזאמגענימען, און נאך א דרינגליכע גענע מיטינג, מיישב געוועין אז זיי מיזן האבן פליס פעידערן, אדער זייגן אקסעגען פון וואסער, וויפיל בהמה שטיק ליגט דערין, ווי אזוי האבן זיי געקענט איבער לעיבן די ערשטע פינף הינדערט מיליאן יאר, סארא פערד וועט פארשטיין אז מצב קען טוישן קומענדיגע גענעס, למשל אויב איך גיי אין וואסער און מחליט א החלטה גמירה צי בלייבן דארט וועלכע גענע בלייבט איבער מער ווי פינף מיניט, וויפיל שטותים קענען מיר דערהייבן, וועלכע מאן אויפן כדיר וויל נישט פליען, פארוואס האבן די גענעס נישט קאפירט פארן אדם גענע אז מיר זאלן האבן פליגל, עס איז דאך פשוט אז מיר קענען ניצן פליגל אזוי ווי פייגל, נאר דאס רשעות וואס ליגט אין די כופרים זעיט נישט די דבר פשוט מאוד,

זיי לויפן אין די טיפעניש, טרעפן די קאליר טוישענדע פיש, לעקטערישע פיש, טרעפן פליג עסענדע בלימען, זיכן די גיפט פין ספיידער'ס, זיכן ווי הערליך פינקטלעך און קינטס עס ליגט מביצי כינים עד די מלחמות פון לייבן, בערן וועלף, שלעינג, אלעס וועלן זיי זעין נאר נישט יד השם, נאר עבדא בהפקירא ניחא ליה, דעריבער זעיען זיי נישט דאס אויבערפלעכליכע, דאס פשוטע, און נעמען ענדערש אן דאס לעכירליכסטע, פאר די אמת, דאס וואס עס קען נישט זיין פאר פשוט.

אבער מיר וואס ווייסן יא פון יד השם, זענען מיר זיך מחיה פון זייערע שווערע הארעוואניע צי לייקענען אין מציאות הבורא ברוך הוא וברוך שמו, מיר וועלן אויסריפן מה רבו מעשיך השם, און דאנקען דעים בורא ווי אזוי ער האט פאר יעדען ציגעפאט זיינע מעטאדן צי לעיבן אין די טיפסטע פלעצער פינעם אפגרינד, וואס אפילו זיי קענען נישט פארשטיין הלמאי דאס ווערעמעל ווערט נישט צידריקט פינעם אימגעהוירן דריק פון וואסער, אבער חלילה איבערטראכטן זייער נערישקייט, עס וועט דאך דאן נאגן די שאלה מה חובתי בעולמי, איז ענדערש צי בלייבן ביי תיקי.

און מיינע אויגן איז נאר חכמה וואס טוישט דעים אויפירינג פון א אדם, חכמה טוישט נישט קיין גענע'ס, חכמה טוישט נישט די בריאה, חכמה איז נאר פאר מענטשן, נישט פאר קיין בל חי, לדוגמה א מאן וואס געפינט אויס א חכמה ווי לעקטער, אדער די חכמה פון עראדינעמיקס, אדער פארמעקאלעדשי, איז פון דאן און ווייטער א נייע בריאה פאר דער מאן ספישי, ווייל ער בויט א עראפארט און בויט פליגער'ס און גייט מסוף עולם ועד סופו, לעיבט איבער א סטרעפט, טראץ וואס מיליאנען זענען געשטארבן, אבער חכמה האט געזיגט בס"ד, זיינע קימענדיגע גענעראציע'ס פליען שוין נאטראל אפילו אן וויסן גענוי ווי אזוי עס ארבייט, ער ברויך נאר אנצינדן די סוויטש און עס צינט אן א באלב, ער רעדט אויף א סעלפאן וכדומה, ווייל ער האט איוואלווד, א דאגי אדער א קי עסט ווייטער זיין שטרוי נישט קיין חיליק צי מיר האבן שוין היינט רעסטעראנטען, ער איוואלווד גארנישט, ער איז דער זעבער קי, וואס מיר האבן מקריב געוועין אויפן מזבח צוויי טויזענט יאר ציריק, אינז זענען אבער נישט די זעלבע, אינז זענען אנדער מיני בריאים, אבער אינזערע גענע'ס זענען נאך אלס די זעלבע, למשל אויב טרעפן מיר מענטשן אינעם עמעזאן דזשאנגל וואס איז דארט פארוואגעלט געווארן ביים דור הפלגה, זיי האבן נישט אויסגעפינען גארנישט איבער דברי חכמה, זיי זענען שטיין געבליבן ביי פייל אין בויגן, הגם זיי גיבן זיך פיין א עצה, אבער ווי איז די גענע מיטינג'ס, אלזא צי זאגן אז אלע פיש אינעם ים הגדול האבן מחליט געוועין אז זיי מיזן האבן א געוויסע נאטור, איז נישט מאנסגעיבענד, און דערפאר רשעות'דיג הפקר'דיג, און דעריבער כאפט מען זיך צי דערצי ווי צי געבראטענס.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 286 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר