איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8348 מאל

איז נישט געשמאקער צו זיין א נאר?

שליחה דורך שמן למאור »

איי איי איי... ס'געווען אמאל גוטע צייטן.. פאר די קעפעלע מיינע האט זיך געעפנט, פאר איך בין קאליע געווארן פון די אינטערנעט, פאר איך האב מיך אויפגעקלערט מיט קאווע שטיבל ארטיקלען... איי איי איי, די דאווענען האט געהאט א טעם, מען האט געשפירט קדישת שבת, יעדע מצוה וואס איך האב געטון, האב איך ממש געפילט ווי די באשעפער שטייט נעבן מיר מיט די גאנצע פמליא של מעלה, און שעפן פיל נחת און תענוג פון מיר, און שלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט פונעם דאווענען וואס קומט נאר ארויס פון מיין מויל...
אוי ווי גוט איז צו זיין א נאר, א פארמאכטע קאפ צו פארמאגן, נישט צו וויסן די אמת, און צו גלייבן אלעס וואס די רבי און מגיד שיעור פארקויפן,
און ווי ביטער איז די אמת, די טריקענע פאקטן וואס שמייסען אין פנים אריין ווי די ציצית פונעם זיידעס טלית

אלס בחור פלעג איך שפירן קדישת שבת יעדע וואך!! יא ממש אזוי!!! איך פלעג מיך פארגלייזן די אויגן ביי בואי בשלום, און שטיין פאר'דבק'עט ביז נאך די קאכעדיגע מזמור שיר ליום השבת, ווי איך פלעג זיך ווארפן ווי א שלאנג געביסענער מחמת גודל הקדושה וואס מיין קליינער גוף האט קוים געקענט פארנעמען, מיינע פארמאכטע אויגן האבן געזען גרויסע אורות וואס נישט יעדער איז זוכה צו זען.. בקיצור א הייליגע בחור....
ביז איך האב געליינט אט די מעשה,

אמאל זענען די חסידים פון ר' מענדעלע רימינווער זיך צוזאמגענימען פאר א וויכטיגע מיטינג, און ארויפגעברענגט א שטארקע שאלה, מיר שוועבן אלע פרייטאג צינאכטס אין די עולמות העליונים, מיר שפירן קלאר דעם הייליגן לעכטיגן קדישת שבת, מען שפירט ווי די נפש און די רוח מיטן נשמה יתירה מאכן זיך באקוועם אינעם וואכנדיגן גוף, אין ברענגען אריין מיט זיך דעם הייליגן שבת גייסט.. אבער.. איין מינוט!! אפשר איז דאס אלעס דמיון...? אפשר לעבן אונז אינטער א פאנטאזיע, און אונז זענען גארנישט אנדערש ווי די מענטשן אינעם משיגאים הויז וואס שפירן אויך ווי די רוחות שפאצירן אריין אין זיי...

האט מען מחליט געווען, מען גייט מאכן א פראבע, מען וועט איבערדעקן די ביה"מ מיט די ווייסע טישטעכער, מען וועט אנטון די שטריימל אין בעקיטשע, אנהייבן מיט א ברען הודו, דערנאך מנחה מיטן ערב שבת'דיגער נוסח, און דאן וועט מען מיט א ברען אנהייבן קבלת שבת מיטן לכה דודי, און ונראה מה יהיה...

אומר ועושה מען האט זיך אנגעגרייט צום פראבע, און אין א גרינעם דינסטאג האבן די חסידים געפראוועט דעם הייליגן תפילות פון שבת קודש....און... יא!! זיי האבן אלע "געשפירט" דעם קדישת שבת פינקט ווי זיי פלעגן "שפירן" יעדע שבת!!!

מיט א טרויער זענען זיי אריין צום רבין און פארגעלייגן זייערע טענות, הלמאי די גאנצע זאך איז פיסטע איינרעדענישן, מען קען שפירן "קדישת שבת" און די וואכן אויך,
האט זיי די רבי געזאגט, זארגט ענק נישט, די בגדי שבת האבן א כח אריינצוברענגען די קדישת שבת אפילו אינמיטן די וואך!!!!!

האבן זיי טאקע אפגעקויפט דעם תריץ פון זייער רבין?? איין באשעפער ווייסט, אבער איך האב מחליט געווען צו מאכן די פראבע מיט בגדי חול!!! וואס וועט זיין די תריץ דעמאלסט?

טא מעיק א קורצע מעשה לאנג, האב איך מיך געטראפן א שטילע ווינקעלע אינמיטן וואך, איך האב מיך פארגלייזט די אויגן פינקט ווי שבת קודש און געזינגען און געטאנצען פינקט ווי שבת און.. יא! איך האב אויך געשפירט...

איך פלעג קוקן מיט קנאה ווי מיין חבר בערל לייגט תפילין מיט אזא קאך, ער שפירט ביי יעדע דריי פונעם רציעה אז ער בינדט זיך מער און מער אהן אינעם באשעפער מיט א קשר חזק מאוד, וויפול איך האב נאר פראבירט זיך צו שטיפן, בין איך נישט אנגעקומען צום מדריגה פון מיין חבר בערל...
ביז איין טאג איז ער מיר געקומען פארציילן אז ער האט בודק געווען זיינע תפילין... און עס איז געווען פסול, איך קען ענק נישט מסביר זיין די שמחה וואס איך האב דאן געשפירט, די נצחון האט מיר כמעט צידרייט געמאכט! ער איז א שטיק חוזק, ער שפירט א קדישה אין א פשוטע שטיק לעדער.. ער פאנטעזירט!! וואס ער האט געשפירט ווייס איך נישט, אבער קדישת התפילין זיכער נישט!!
עס האט מיר גענימען צייט צו כאפן אז איך מיט מיינע כשרע תפילין בין די זעלבע אנגערעטע נאר...

אן ענדליכע מעשה האב איך געהאט בשעת'ן ברענען אינעם קדישת הסוכה, ביז איך האב געכאפט אז די שלאק איז נאך העכערן סכך...

עס האט מיר גענימען אסאך גלגולים און מיטמאכענישן זיך אויפציוועקן צום פאקט, און צו כאפן אז מיינע געפילן זענען שקר, געפיל האט מיט אמת און שכל זילטש, די קריסט פילט זיך פינקט אזוי הייליג ווי דיר ווען ער קישט דעם צלם, און דער מוסלאמענער זעט די זעלבע גלוים ווי מיר ווען ער שפירט קדושת ראמאדאן בשעת'ן שרייען אללא אכבאר

אבער צו וואס פעלט אויס צו זיין קליג?? איז מיר נישט געווען גוט אלס בחור? איז מיר נישט געווען בעסער די איינגערעטע קאכעדיגע דאווענען, ווי די היינטיגע ראליסטישע קאלטע דאווענען?
איז מיר נישט געווען בעסער אמאל, ווען איך האב פרייטיג צינאכטס ביים סעודה געזאגט דעם זוהר מיט א קאך, אההה "כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שבעאה תליין" שפירנדיג ווי ר' שמעון די בעל המימרא שטייט קעגן מיר, און פילט אהן מיינע קדישה זאפאסן מיט הויפענעס קדושה פארן וואך?
אבער היינט נאכן נחמץ ווערן פון די אמת קען איך נישט מען ווי זיך פארשטעלן ווי עפעס איינער די לאון שטייט קעגן מיר.. וואסערע טעם האט עס???
צו וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת???
זענען נישט די רעבעס גערעכט געווען מיטן אלעמען באקאנטן סלאגאן "איך בין א נאר און איך גלייב"

איז נישט די לעבן בעסער ווען מען ווייסט נישט אז אסאך פון אונזערע "אמונות" איז פשוטע "אמונה הכרחיות"?
איז מיר נישט די לעבן געווען זיסער ווען איך האב אנגענימען אלעס פון תנ"ך כפשיטו, פאר איך האב געוויסט אז די רמב"ם האט געהאלטן אז בלעם'ס אייזל האט קיינמאל נישט גערעדט?
וואלט מיר נישט געווען פיל גרינגער אין לעבן צו גלייבן אפן ווארט די אלע מעשיות למיניהם ממינים שונים וואס קומען יעדע וואך ארויס לרחצה אין די גליונות צו מחזק זיין דעם "דת" און צו ווייזן אז נאר דורך פאלגן די רבנים קען מען האבן א גוט לעבן,
וואס פעלט מיר אויס צו וויסן די אמת, ווי גרינג עס איז אויפצובאקן א מעשה
און ווי גרינג די צייטונגען וועלן עס דריקן ווילאנג אז עס שטימט מיט די אגענדע...


איך קוק מיך אזוי ארים, און איך זע אז עס איז נישטא ציפול אזוי ווי מיר אין ביהמ"ד, קיינער אינטערסירט נישט צו טראכטן, קיינער וויל נישט שטיין מיט מיר אין ווארט וועגן די אמת, יעדער פארט זיך אויף זיין רוטין, אלעס איז פיין און וואויל, אפילו מיין חבר וואס איז שוין יא א שטיקל בעל מחשבה, ווען עס קומט צו "די ענינים" מאכט ער מיר גלייך שטיל, ער זאגט מיר, וואס פעלט אויס צו רעדן די זאכן, וועסט מיר נאך איבערצייגן אז די ביסט גערעכט, און דאן וואס?
הייבן הייבט זיך עס אהן מיט קוקן אויף די פאקטן, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיטן לייקענען די גאנצע תורה רח"ל... (קרעדיט: @רביה"ק)
לאמיך אפ! לאז מיין לעבן פארן אומגעשטערט! וואס דארפסטו מיר פארדרייען די קאפ מיט אומאיינגענעמע פאקטן?

און איך דריי מיר אזוי ארים, איז ער דען נישט גערעכט? איז נישט פארמאכן די קאפ די געשמאקסטע אפציע??
אבער וואס זאל איך טון? די חכם שטיפט מיר, מיין מוח וועט נישט קענען איינרוהן וויסנדיג אז איך לעב אין א שקר בלויז ווייל אזוי איז מיר מער בא'טעמ'ט, אפשר ארבייט עס ביי רוב מענטשן, אבער וואס זאל איך טון, ביי מיר גייט עס נישט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 199 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר