דער ווארצל פון ראסיזם:

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

דער ווארצל פון ראסיזם:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן – דער רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן דורכגעפירט א איינזייטיגע רעזאלוציע צו פארדאמען די אנגעבליכע ראסיסטישע ווערטער, וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געלאזט פאלן אויף די פיר שווארצע סאציאליסטישע קאמעדיאנטן וועלכע טומלען ארום אין די דאזיגע טעג. דאס ווארט ראסיזם איז א דאנק די דאזיגע פיר קאמעדיאנטן געווארן א אפשלאג-ווארט אויף יעדער וואס טראכט אנדערש ווי זיי באפעלן, ס'האט צום באדויערן גענצליך פארלוירן איר ריכטיגער באדייט.

וואס אייגענטליך באדייט ראסיזם? וואס איז שלעכט מיט ראסיזם? ווען איז דער ווארט ראזיסם אריינגעשטעלט געווארן אינעם ווערטער לעקסיקאן? וואס איז די געשיכטע פון ראסזים?

קנעכטשאפט פון די תורה שטאנדפונקט:

אין די תורה הק' געפונען מיר אז אויב עמיצער קויפט א אידישער קנעכט, איז ער פארליכטעט אים פריי צו לאזן נאך זעקס יאר, אדער יובל. די תורה וויל נישט אז איין איד זאל פארקנעכטן א אנדערע איד. בלויז אין געציילטע אויסנאמס-פעלער. וו.צ.ב.ש. אויב עמיצער האט גע'גנב'עט און האט נישט צו באצאהלן, דאן פארקויפט אים בית דין. אדער עמיצער איז נעבאך אזוי ארעם און פארמאגט נישט דאס מינימום צו שפייזן זיין פאמיליע. און אפילו דאן שרייבט די תורה פאר א גאנצע ליסטע פון רעגולאציעס און אנווייזונגן, גענוי ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א אידישער-שקלאף. די תורה הק' פארפליכטעט פארן האר אויסצוהאלטן די ווייב און קינדער פון זיין אידישער קנעכט מיט אלע זייערע געברויכן. דער האר טאר נישט ארבייטן מיט זיין אידישער שקלאף צו שווער אדער אים צווינגן דורכצופירן נידעריגע-ארבייט. דער האר איז פארפליכטעט צו באלאדענען זיין קנעכט מיט אלעס גוטן,ווען ער גייט ענדליך ארויס פריי. און נאך. און אויב די רעדע איז גאר פון א אידיש מיידל אונטער די צוועלעף איז גאר דער האר פארפליכטעט איר צו הייראטן!

דער אורזאך פארוואס די תורה איז אזוי אויסגעשפראכן קעגן קנעכשאפט צווישן אידן, איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס אידן זענען אייביגע קנעכט צום הייליגן באשעפער, און טאקע בלויז צום אייבישטן אליינס. די תורה הק' וויל נישט אז א איד זאל פארמאגן צוויי הארן איבער זיך. דערפאר האט די תורה אזוי שווער געמאכט פאר א איד צו פארקנעכטן זיין אידישער ברודער.
דאקעגן מיט א גויאישער קנעכט האט די תורה נישט קיין שום פראבלעם, נאר קאפויער, אויב עמיצער האט פארמאגט א גויאישער קנעכט, איז ער גאר געווען פארבאטן אים צו לאזן גיין פריי. ער האט אים געקענט פארקויפן צו א צווייטן אדער גאר איבערלאזן א ירושה פאר זיינע קינדער. און ווער רעדט נאך פון א שווארצע קנעכט אפשטאמיגע פון חם וואס דער זיידע נח זאל זיך מיהען, האט זיי נאך פארשאלטן אז זיי זאלן זיין שטענדיג שקאלפן, צוליב די געמיינע מעשה וואס חם האט אים אנגעווערטשאפט ווען ער איז ארויס פונעם קאסטן נאכן מבול. וואס מיר זעען פון דעם איז, אז די תורה הק' האט ווארשיינליך נישט קיין שום פראבלעם מיט קיין גויאישע קנעכטשאפט.

אין יארן איידער חורבן בית המקדש איז זיך פארלאפן די פאלגענדע געשיכטע:

ירמיהו באקומט א פארארדענונג פון באשעפער – נאך וואס דער קעניג צדקיהו האט געשניטן א בונד מיטן גאנצן פאלק וואס געפונט זיך אין די שטאט ירושלים, אויסצורופן פרייהייט – איטליכער זאל באפרייען זיין אידישע קנעכט פערמאָנענט, און מער זאל א איד נישט חלילה פארשקאלפן זיינס א אידישער ברודער אדער שוועסטער. די קייזערליכע מיניסטארן, און דאס פאלק, האבן זיך טאקע צוגעהערט צו די ווערטער פון באשעפער, און יעדער האט באפרייט זיינע אידישע קנעכט און דינסט פערמאָנענט. זאגאר נישט אויף צו לאנג – די אידן האבן זיך ווארשיינליך נישט געקענט באהערשן און נאך א קורצע וויילע האט זיך יעדער צוריק גענומען זיינע קנעכט און דינסט. דער באשעפער האט געצארנט ביז גאר.

ירמיהו באקומט א זענדונג פון באשעפער. זאג פאר די אידן – איך האב געשניטן א בונד מיט ענקערע עלטערן אינעם סאמען טאג וואס כ'האב זיי ארויסגעצויגן פון מצרים - פונעם שקאלפן הויז, אז ביי די ענדע פון זיבן יאר זאלט איר באפרייען, איטליכער זיין אידישער ברודער, וואס האט זיך פארקויפט פאר דיר, ער זאל דיך דינען בלויז זעקס יאר, און דאס זאלסטו אים פריי-לאזן. ענקערע עלטערן האבן זיך נישט צוגעהערט צו מיר און זיי האבן נישט צוגענייגט זייער אויערן. ענק האבן טאקע יא תשובה געטאן - און באפרייט ענקערע אידישע שקאלפן. אבער דאן זענט איר געגאנגן און פארשוועכט מיין נאמען, און צוריק גענומען ענקערע אידישע קנעכט און דינסטן.

דערפאר - זאגט דער אייבישטער ווייטער פאר ירמיהו - ווייל איר האט נישט אויסגערופן קיין פרייהייט, גיי איך אויסרופן א פרייהייט, און שוין איינמאל א פרייהייט - א פרייהייט צו שווערד און מארד – איך וועל אייך געבן צו א ציטערניש צו די פעלקער פון דער ערד. כ'וועל ענק געבן אין די הענד פון ענקערע פיינט, און אין די הענד וואס זוכן ענקער זעל. ענקערע טויטע קערפער וועלן פארוואנדלט ווערן פאר עסנווארג צו די פייגל פון הימל און די בהמות אויף דער ערד. צדקיהו דער קעניג פון יהודה אינאיינעם מיט זיינע מיניסטארן און הארן וועל איך געבן צו די הענד פון די ארמייען פונעם קעניג פון בבל, וועלכע האבן זיך נאר-וואס אפגעטאן פון ענק. כ'וועל זיי באפעלן, זאגט דער אייבישטער. כ'וועל זיי אומקערן צו דעם דאזיגער שטאט, און זיי וועלן האלטן קריג אויף איר, און עס גענצליך איינעמען, און עס גלייכצייטיג פארברענען אין פייער, און די שטעט פון יהודה וועל איך פארוויסטן...

א שרעק! דאס חורבן בית המקדש איז געקומען בלויז צוליב דעם וואס אידן האבן אנגעהאלטן שקאלפעריי, און נישט געוואלט באפרייען זייער אידישער קנעכט. מיליאנען אידן זענען ברוטאליש גע'הרג'עט דורך די ציושטע בבלישע זעלנער. און דער באשעפער האט אפגעטאן זיין הייליגע שכינה פון זיין באליבטן פאלק – אלעס צוליב אומלעגאלע שקאלפעריי, א פחד און א שרעק.
ס'גייט נאך פיל ווייטער.

דער נביא רעדט עפעס פון א מיסטיריעזער בונד וועלכע דער אייבישטער האט געשלאסן מיט די אידן, אינעם טאג פון פרייהייט – אינעם טאג וואס זיי זענען ארויס פון מצרים און באפרייט געווארן פון די קייטן פון טיראני. אינטערסאנט, אז אין די תורה ווערט גארנישט דערמאנט פון אזא בונד? פון וועלכע בונד רעדט דער נביא? זאגן די מפרשים, אז אין די טאג וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, וואו זיי זעלבסט האבן געדינט אלס נידעריגע שקאלפן פאר די עגיפטער, און געצווינגענערהייט געבויעט שטעט און סקלאדן פאר די אנגעפראסענע עגיפטער, און געפילט אויף די אייגענע הויט די גרוילטאטן פון שקאלעפעריי, האבן זיי געשלאסן א הייסע בונד מיטן הייליגן באשעפער, אז זיי וועלן קיינמאל זיך נישט פארנעמען מיט קיין שקאלעפעריי.

די תורה האט אבער שפעטער יא געמאכט געוויסע אויסנאמען און רעגולאציעס, ווען און ווי אזוי שקאלעפעריי זאל יא זיין ערלויבט.

און די אידן אין ארץ ישראל האבן זיך נישט בלויז נישט צוגעהאלטן צו זייער ארגינעלער בונד, וואס זיי האבן געשלאסן מיטן אייבישטען אינעם טאג וואס זיי זענען ארויס פון מצרים - גענצליך זיך אפצוהאלטן פון יעדע סארט שקאלפעריי, נאר אפילו די שקאלפעריי וואס די תורה ערלויבט יא האבן זיי אויך פארלעצט – די תורה פארפליכטעט צו באפרייען אידישע שקאלפן נאך זעקס יאר, און די אידן האבן דאס פארלעצט, דערפאר האבן זיי פארלוירן זייער נאציאנאלע זעלבסטשטענדיקייט און זיי זענען פארטריבן געווארן פון זייער היימלאנד דורך די מעכטיגע ארמייען פון נבוכאנאצר דער גרויזאמער.

פארמאגן מיר שוין אצינד צוויי מאטיוון קעגן שקאלפעריי: איינס ווייל דער אייבישטער וויל נישט אז א איד זאל האבן צוויי הארן, כי לי בני ישראל עבדים, עבדי הם. וואס לויט דעם איז טאקע נישט קיין שום פראבלעם צו האבן גויאישע קנעכט. דאן איז דא די צווייטער מאטיוו אז די אידן ביים ארויסגיין פון מצרים האבן זיך פארגענומען זיך נישט אפצוגעבן מיט קיין שקאלפריי צוליב דאס געמיינקייט דערפון, לויט דעם וואלט אפילו האלטן גויאישע קנעכט ווען געווען א פראבלעם. אבער די תורה ערלויבט דייטליך צו האלטן גויאישע קנעכט איז דאך באשיינפערליך געדרינגען אז די תורה האט מערסטייל אנגענומען די ערשטע מאטיוו אז א איד זאל נישט פארמאגן קיין צוויי הארן, און בלויז זיי אונטערטעניגט אונטער דעם האר איבער אלע הערן.

אין די ווירקליכקייט האבן אידן אלעמאל געהאלטן שקאלפן סיי אידישע ווי מ'זעט אין די פסוקים אין ירמיהו, און סיי גויאישע ווי מ'זעט אין משניות אומצאליגע געשיכטעס איבער דעם לעגענדארען קנעכט פון רבן גמליאל הזקן – טבי עבדו של רבן גמליאל, און נאך. אפגעזען פון די אומראלישקייט דערפון האבן אידן פון אלעמאל געהאלטן קנעכט, הויפט זעכליך גויאישע קנעכט.
[center]*[/center]
זשארזש וואשינגטאן פון די ערשטע טאטעס פון אמעריקע האט פארמאגט אן ארמיי פון 317 שווארצע קנעכט. וועלכע האבן געארבייט אין זיינע גיטער אויפן בארג ווערנאָן. אזוי אויך טאמאס זשעפערסאן האט פארמאגט שווארצע קנעכט, און נאך. סיי וואשינגטאן און סיי זשעפערסאן האבן שטארק געגעלייבט און געקעמפט מיט אייפער פאר גלייכבארעכטונג און פרייהייט, פארט האבן זיי געהאלטן קנעכט פאר זייער פרעזענליכע באנוץ. פארוואס? פארוואס קומט זיך נישט פארן קנעכט די זעלבע פרייהייט ווי אלע ביגער? איז דען דער שווארצער שקלאף נישט באשאפן געווארן מיט ג-ט'ס געשטאלט? פארוואס זענען שווארצע נישט בארעכטיגט פאר גלייכבארעכטיקייט? נאר וואזשע דען? זיי זענען געווען פאלנע ראסיסטן! זיי האבן געהאלטן אז פרייהייט און גלייכע רעכטן זענען בלויז געמאכט פאר ווייסע מענטשען, זיי האבן פילייכט נישט באטראכט די שווארצע קנעכט, ווי מענטשן וואס זענען באשאפן געווארן אין ג-טס געשטאלט, נאר ווי פאלנע בהימות וואס האבן נישט קיין שום רעכטן.

און פון א תורה'דיגער שטאנפונקט איז דאס אויך אזוי. א קנעכט, הויפטזעכליך א גויאישער קנעכט, ווערן פאררעכענט בלויז ווי די פארמעגן פון א מענטש, און נישט ווי קיין מענטש זעלבסט. איי פארוואס? איז דער קנעכט דען נישט באשאפן געווארן אין ג-טס געשטאלט? נאר ווי עס שיינט די תורה נישט געהאט קיין פראבלעם מיט קיין ראסיזם! בלויז די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט ראסיזם! אבער זייערע שפעטערע גענעראציעס, האבן אפגעזען פון די אנטי-שקאלף אנטשואונגען פון זייערע עלטערן וואס זענען זעלבסט געווען פארשקלאפט ביי די עגיפטער פאר איבער צוויי הונדערט יאר, נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט קיין ראסזים.

האלטן קנעכט איז ראסיזם במעשה! גלייבן אז איין מענטש און מער ווי א צווייטער מענטש, אדער אז איין עטינישע ראסע און מער ווי א צווייטע איז ראסיזם במחשבה, די קאנטראסט פון ראסזים איז ווארשיינליך גלייכבארעכטונג.

ס'איז פארהאן ראסיזם במחשבה, בדיבור, ובמעשה:

ביז די צייטן פון פרעזידענט אברהם לינקלאן איז ראסזים אין גאנצן נישט געווען קיין פראבלעם! לינקלאן איז געווען דער ערשטער ארויסצוגיין מיט שווערד און שפיזן קעגן האלטן קנעכט. ער איז געווען אויסגעשפראכן קעגן ראסזים-במעשה! ער האט געהאלטן אז גלייכע-רעכטן און פרייהייט זענען פאר אלע מענטש גלייך אן קיין שום אויסנאם, אריינגערעכנט שווארצע קנעכט! אבער אפילו לינקלאן האט מיט ראסזים מחשבה ובדיבור פילייכט נישט געהאט קיין פראבלעם. ער אפילו געהאלטן אז די קאנסטאטוציע שענקט פאר יעדער בירגער פרייהייט פון אויסדרוק, און יעדער קען געזעצליך רעדן וויפול ראסזים ער וויל, און קיינער האט נישט קיין רעכט אים צו שטערן. דערפאר אפילו נאכדעם וואס ראסיזם במעשה איז געווארן אומלעגאל און שקאלפעריי איז גענצליך אפגעשאפן געווארן, פארט האט ווייטער געהערשט אין לאנד א פולשטענדיגע סעגרעגאַציע, און ראסזים במחשה און אפילו בדיבור איז געווען א העכסט נארמאלער ערשיינונג אין לאנד.

נאך די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט באטראפן דאס אידישער פאלק ביים צווייטן וועלטס קריג, האט די וועלט דייטליך געזען אז פון ראסיזם במחשבה ובדיבור ווערט עטווענטועל א ראסיזם-למעשה! 6 מיליאן אידן האבן זיך געטראפן אין די אוישוויצער קאלעכאויווענס אין רעזולטאט פון ראסיזם! און א באוועגונג קעגן אלערליי ראסיזם האט זיך אנגעהויבן צו באוועגן אין די גאנצע וועלט. ס'איז נישט קיין שום צווייפל אז דער לעגענדארער מענטשען רעכטן קעמפער דר. מאַרטין לוטער קינג איז געווען גאר שטארק אינסטרומענטאל אפצושאפן ראסיזם בדיבר און די סעגרעגאַציע וואס איז געווען איינגעשטעלט אין די פאראייניגטע שטאטן.

נעמליך, ראסיזם-במחשבה איז נאך ווארשיינליך נישט גענצליך אפגעשאפן געווארן. און דאס וואס די פיר שווארצע סאציאליסטישע קאמעדיאנטן באשולדיגען יעדער וואס טראכט אנדערש ווי זיי ווילן מיט ראסיזם העלפט באשיינפערליך נישט צו אויפצולעזן דאס ראסיזם-במחשבה וואס בושעוועט נאך אין גרויסן...

דער סך הכול:

ראסיזם איז אלעמאל געווען א נארמאלער ערשיינונג:
די ערשטע אמעריקאנער טאטעס זענען געווען ראסיסטן.
די תורה האט נישט קיין שום פראבלעם מיט ראסזים.
די הויפט פראבלעם איז ראסזים-במעשה, האלטן שקאלפן, אדער באגיין אקטן קעגן מענטשען צוליב זייער קאליר, ראסע אדער רעליגיע.
ראסזים בדיבור ובמחשבה איז בלויז אסור משום גזירה אטו דלא ליתי לידי ראסזים-במעשה...

כ.נ.ל.ד.






.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר