ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

ציוניזם פון מיין הומענסטישע קוק-ווינקל

שליחה דורך זבולון »

אלס א רעליגיעזער איד, האב איך ליב דאס אידישע רעליגיע, אלס מיין אידישן אפשטאם, גלייך איך דעם יידישן פאלק, און אלס א ישראלי (לאו דוקא מלידה), שטיץ איך די אידישע מדינה אין מיטל-מזרח באקאנט אלס "מדינת ישראל".

אלס א משפחה-מיטגליד, וועל איך אייביג נאר זוכן די מעלות פון מיין משפחה, איך וועל פארקוקן (אדער ניטאמאל איינזעהן) זייערע חסרונות. ווען מיין משפחה וועט זיין אין געפעך מיט אנדערע משפחות, וועל איך שטענדיג שטיין צו דער זייט פון מיין פאמיליע.

אבער טאקע פונקט ווי ביי משפחה, ערווארט איך נישט פון אנדערע נישט משפחה מיטגלידער, צו קעמפן צוזאמען מיט מיר אין מיין מערכה, ווייל איך פארשטיי אז פאר מיר איז עס משפחה, אבער נישט פאר זיי. דאס זעלבע איז מיט מיין יידישע רעליגיע / אפשטאם / מדינה, איך ערווארט נישט פון יעדן איינעם אין די וועלט, זאל מיר אייביג בארעכטיגן און פארשטיין, און איך וועל זיי נישט באשולדיגן מיט אנטי-סעמיטיזם אויב נישט.

כאטש אונזער אהבה צו אידן איז אומבאגרעניצט, אונזערע געפיהלן צו די אידישע לאנד איז אומבאשרייבבאר, מיט דעם אלעם - איז עס עפעס וואס איז נאר ביי אונז אידן, און מיר קענען און דארפן נישט ערווארטן צו טרעפן דאס זעלבע מאס ליבשאפט ביי אנדערע פעלקער צו אונז.

עס פאדערט זיך א גדלות הנפש און א ברייטקייט צו קענען פארשטיין די קוק-ווינקל פון אנדערע וואס טיילן לאו דוקא מיט דאס זעלבע אפשטאם, הומעניזם איז די קומענדיגע גרופע נאך אפשטאם וואס נעמט אונז אלע מענטשן אריין, כאשט מיר קענען נישט זאגן כולנו בני איש אחד אנחנו, מיר קענען אבער זאגן כולנו אנשים הם. אלס דעם וואס מיר זענען אלע מענטשן, מיר טיילן די זעלבע גורל אויף דעם דאזיגן ערד-קוגל, דאס איז אונז מאחד צו פיהלן א קירבה און אן אינטערעס צו שטיין צו די האנט איינעם צום צווייטן.

אלס א מענטש, קען איך נישט פארשטאפן מיין הארץ צו די ווייטאג פון אנדערע מענטשן אפילו אויב זיי זענען פון אן אנדערע אפשטאם. אלס א איד, קען איך נישט שווייגן עוולות וואס ווערן פארשריבן אין דעם נאמען פון מיין פאלק אקעגן אנדערע טיילן פון די וועלט איינוואוינער.

הומעניזם מיינט נישט אז מענטשן זענען די איינציגסטע חיה וואס מעג לעבן דא אויפן ערד קוגל, הומעניזם איז נישט קיין סתירה צו בעלי-חיים רעכטן, און הומעניזם

דאס איז א שטענדיגע קאנפליקט וואס איך דארף לעבן מיט, און לכאורה וועל איך מיט דעם שטארבן.
אין - כי הכל הבל

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר