איז דא א וועג צו וויסן וואו אין היסטאריע מיר שטייען יעצט?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טראמפ'ס עדווייזער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

איז דא א וועג צו וויסן וואו אין היסטאריע מיר שטייען יעצט?

שליחה דורך טראמפ'ס עדווייזער »

מיר האלטן שוין איבער אכציג יאר פונעם סוף פון די פריערדיגע קאפיטל אין אונזער שטורעמ'דיגע היסטאריע, זאכן האלטן זיך אין איין טוישן. זאכן וואס זענען אמאל געווען די משוגע איז היינט די נארמאל און זאכן וואס זענען אמאל געווען די נארמאל איז יעצט די משוגע. פאר א פאָר יאר צוריק האבן זיך זאכן געטוישט אין א משך פון חדשים, אבער היינט טוישן זיך זאכן ממש אין מינוטן. סאושעל מידיע איז פול מיט פראדיקשאנס און סטראשונגען אויף וואס איז אויפ'ן וועג צו קומען, און פארשטייט זיך אז יעדע מענטש בפרטיות מיט א שטיקל שיקול הדעת הייבט אן צו טראכטן אליין ווי אזוי קען מען טאקע וויסן וואס קומט? מען פראבירט צוצוגלייכן די היינט מיט די אמאל און זעהן אויב קען מען צוזאמקלאפן עפעס א צד השווה.

די ציל פונעם שואל איז נישט זיך צו מתווכח זיין וואס עס קומט, נאר אויף צו דורכטוהן: "איז דא א וועג אמת'דיג צו וויסן ווי אין היסטאריע מיר שטייען יעצט???"
איז דען דא צוויי קאפיטלען אין היסטאריע וואס מען קען בכלל מאכן א צד השווה פון זיי???
איז ווערד די מיה פון טרעפן אן ענליכע קאפיטל ווי יעצט???
איז דען אונזער פריערדיגע קאפיטל מיט עפעס ענליך אויף צו טרעפן עפעס וואס אונז קענען פאררעכטן און טוהן אנדערש???

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר