דאס לעבן פין א יחיד

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

דאס לעבן פין א יחיד

שליחה דורך אישתישבי »

דער פאקט אז אונזערע מוסדות און בתי מדרשים זענען אפען, און מען האלט נישט קיין סאציאלע דיסטאנצן. דאס האט זיך אנגעהויבן אין אסאך פלעצער תיכף ומיד, ד.ה. זיי האבן קיינמאל נישט פארמאכט, און אלע אנדערע האבן געעפענט פאר שבועות.

דאס ברענגט דער גרויסע שאלה, וואס איז פשט? איז מען נישט מקפיד ביי אונז אויף דער לעבן פין יחידים? אוודאי וועלען מענטשן ענטפערען! ווי נאך איז דא א סיסטעם פין הצלה ווי ביי אונז? די גוים נעמט א יאר ביז זיי קומען.

אסאך וועלען טענה'ן, אז דער גאווערנער איז משוגע, מען דארף באמת נישט מאכן די הרחקות, עס איז נישט א סכנה, און עס קען זיין אמת, כלומר, לאמיר נישט דן זיין יעצט אויב דער גאווערנער איז גערעכט אבער נישט.

וואס יא? פין אסאך אינגעלייט הער איך אז רבנים האלטען אז מען דארף האלטען אפען כאטש עס איז דא א סכנה פאר יחידים דורך האלטען אפען. און דאס וויל איך אדרעסירן. וואס איז פשט? ווי קענען אידן וואס ווייסן אז פיקוח נפש איז דוחה שבת און אלע איסורים אין די תורה זאגן אז מען ברויך נישט איינהאלטן הרחקות ווען עס איז נאר אפאר יחידים?

פין מאנכע הער איך נאכזאגן אז נאר ווען עס איז דא מגיפה ווי עס שטייט אין די גמרא און שולחן ערוך דעמאלס דארף מען פארמאכן. כאטש דארט רעדט זיך נישט וועגן דעם.

קען איינער ביטע מסביר זיין דער פאראדאקס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר