פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 748
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marriage

שליחה דורך סאנטיאגא »

איך שפיר נאך די טשילס נאכן קוקן די הערליכע אבער פיינפולע דאקומענטרי I Was a Child Bride: The Untold Story ס'רעדט זיך פון יונגע מיידלעך וואס זענען [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוזט געווארן און זענען נאכדעם געצווינגען געווארן צו הייראטן זייער אביוזער וואס האט זיי פארשוואנגערט. ס'קומט צו וויינען, איך האב אלס געוויסט אז געוויסע סטעיטס ערלויבן מיינערס חתונה צו האבן, לב טהור פלעגט דאך שיקן אויף מיזורי צו קענען באקומען מערידזש לייסענס ביי די פערצן יאר פאר א תקופה, אבער אז ס'איז נישט פארהאן קיין שום מינימום עידזש אין טייל סטעיטס האב איך נישט געוויסט, ס'ווערט נאך ערגער, ס'איז א ביטערע געלעכטער צו טראכטן אז אין 2020 איז נאך לעגאל פאר עלטערן צו חתמ'נען זייער קינד'ס 14 יעריגע מערידזש לייסענס און דאס אומשולדיג קינד האט נישט קיין שום ווארט דערביי. ווי לעב מיר אונז אפריקע? און עבאורשען מאן דכר שמיה? דאס איז רציחה, אבער רעיפן א 9 יעריג קינד און נאכדעם איר צווינגען צו ווערן מיטאמאל א כלה און א מאמע מיט די לעצטע מענטש וואס זי וואלט אין ווילדסטן חלום געוואוינט! אויב איז זי נאכנישט גענוג געדעמעדשזט וועט Motherhood איר נאכמער קראנק מאכן און וועט נישט זיין קיין טובה פאר קיינעם, דאס איז נישט קיין רציחה...

אין א פארזוך אפצושטעלן די גרויזאמע טשיילד מערידזש אביוז האט פריידי רייז אן עקס חסידישע פרוי פון ברוקלין געעפנט Unchained at Last אן ארגענעזאציע געגרינדעט צו געבן שוץ פאר די יונגע פרויען וואס זוכן פטור צו ווערן פון forced marriage און ווי אויך צו לאביאיען און אויפפאדערן פון די סטעיטס צו העכערן די מינימאלע עידזש וואס מ'קען לעגאל ווערן פארהייראט צו לכל הפחות 18 יאר אלט.

ס'איז כדאי צו הערן פון א געליטענעם אויף די אייגענע הויט וואס האט איר געשטופט צו עפענען דעם ארגענעזאציע דא איז פריידי'ס טעד טאלק און איך בעט מ'זאל אוועקלייגן די אויטידי העיט פאר אייניגע מינוט, ווייל דא ליגט עפעס פיל טיפער ווי ווייטאג אויף איין געוויסע קאמיוניטי אדער חסידות. דאס איז א לעגאלע לאך וואס מאכט אן חורבנות פיזיש און גייסטיש יעדן טאג!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר