פאליטיק-וועלכע?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

פאליטיק-וועלכע?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

חברים אין בית מדרש, משפּחה מיטגלידער ארום די טיש, חברותות איבערן גמרא, שכנים אריבער די פארטשעס, און אלע פיר אינעם הייסן מקוה, מ'שמועסט און מ'שמועסט און נאכאמאל מ'שמועסט, בדרך כלל קאכט מען אין פאליטיק, דרייט אהער דרייט אהין, די צד יענע צד, ער האט אזוי געזאגט, און יענער האט אזוי צירוק געשריבן, אבי ס'לעבעדיג אזויווי מיין מלמד פלעגט זאגן ס'טוט זיך טישן אויף בענק (מיט די מונח זרקא ניגון).

פארהאן צוויי פאליטיק'ס,
איינס: די רבי'שע, היינט צוטאגס, נאך די קשיא וועלכע חסידות, קומט גלייך, די זעלבע פראגע, וועלכע? אלטע צו די נייע? א''י צו חוץ לארץ (און אין חוץ לארץ, וועלכע?) די גאס צו יענע סטריט? שווארצע אדער ווייסע?

צוויי: די וועלטליכע פאליטיק, רעכט צו לינקס, רעפובליקאנער און דעמאקראטן, קאפיטאליזם קעגן סאציאליזם, 'טראמפ-דיסענטעס' אדער 'ביידען-העריס'.


האב איך דא אזא שאלה, וועלכע איז ענדערש צו רעדן? צו די רבי'שע, ווי יעדע רגע מיט יעדע דיבור איז מען עובר אויף צענדליגע לאווין פון לשון הרע, רכילות, ליגענט זאגן, מצער זיין אידן, בארעדן מנהיגי ישראל און נאך, אבער לפּחות רעדט מען פון הייליגע אידן, וואס אפילו די ערגסטע איד איז בעסער פון די בעסטע גוי.
אדער ענדערש זאל מען רעדן פון די נידריגע גוי מיט זיינע נאך נידריגערע טאפיק'ס און אישוס, מיט אלע גארבעדזש און חזעריי וואס קומען אין די זעלבע פעקעדזש, אבער לפּחות בארעדט מען נישט קיין אידן וואס זענען אלע א חלק אלוקי ממעל?

נו וועלכע?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר