בלאט 1 פון 1

וויאזוי איז מען מתקן די חטא המרגלים

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 12:44 pm
דורך זורח
וְכִי תִשְׁגּוּ וְלֹא תַעֲשׂוּ אֵת כָּל־הַמִּצְוֺת הָאֵלֶּה אֲשֶׁר־דִּבֶּר ה' אֶל־מֹשֶׁה

בואו נדבר תכלית, מסכים?

אם בשבת זו אתה אוכל חלות טעים לכבוד שבת בחוץ לארץ, ויושב שבת בבוקר בחוץ לארץ מעוטף עם טלית נאה (עם או בלי תכלת) ומקשיב להבעל קורא כשהוא קורא בקול נעים את פרשת השבוע פרשת שלח...

הוי ידוע שיש לי לך ולנו דרך ארוכה לתקן את חטא המרגלים, והוא אך ורק על ידי עליה לארץ זבת חלב ודבש ולהתיישב שם, כי אין דרך אחרת.

אמת אתה לא ח"ו מגדף או מקושש עצים בשבת, אתה ברוך השם יהודי שומר שבת ומניח תפילין ומקיים מצוות ה' כמעט... כהלכתו, אבל בכל זאת, כל המצוות שאתה מקיים הם בעצם תרגיל להדבר האמיתי שלא יהיה בעיניך כחדשים כשתחזרי לארץ, ואתה לא ממש רק כאילו עובד עבודה זרה.

הן אמת הוא גם, שיש המון המון לימודי זכותים ותירוצים לזה שעדיין לא עלית להארץ הטובה מאוד מאוד, אולי אפילו יש אלף ואחד הסברים ומליצים, אבל בכל זאת, המצוה של ישוב ארץ ישראל הוא רק עלי עליך ועלינו לקיים, לא על כתפי המשיח, ולא על כתפי צדיקי הדור, אלא עלינו על בנינו ועל כל דורותינו.

אז בואו ניקח את דבר ה' ללבבינו, להתפלל אליו יתברך שמו, ולטכס עצה, איך לעלות לארץ אשר עיני ה' בה תמיד במהרה ובקרוב, ובזה נזכה לתקן את חטא מרגלי הארץ אשר הוציאו דבה, ולתקן ע"י זה את כל העולם כולו.


========================
אין יודיש

וְכִי תִשְׁגּוּ וְלֹא תַעֲשׂוּ אֵת כָּל־הַמִּצְוֺת הָאֵלֶּה אֲשֶׁר־דִּבֶּר ה' אֶל־מֹשֶׁה
און אז עטץ וועלן דורכפאלן און נישט טאָן די אַלע געבאָט װאָס הקב"ה האָט באַפֿוילן משה.

לאמיר רעדן אביסל תכלית, מסכים?

אויב דעם שבת עסטו געשמאקע חלה לכבוד שבת אין חוץ לארץ, און די זיצט שבת אינדערפרי ארומגעוויקלט אין א שיינעם טלית (מיט אדער אָן תכלת) און די הערטס דיך צו ווי דער בעל קורא לייענט מיט אן אנגענעמע שטימע די פרשה פון דער וואך פרשת שלח...

זאלסטו וויסן זיין, אַז די, איך און מיר, האָבן נאך אַ לאַנגע וועג צו פאַרריכטן די זינד פון די מרגלים, וואס דאס מיינט אַרויפגיין צום לאַנד וואָס פליסט מיט מילך און האָניג און זיך באזעצן דאָרט, ווייַל עס איז נישט פארהאן קיין אנדערע וועג.

אמת, די ביסט נישט ח"ו א מגדף אדער האלץ זאמלער (מקושש עצים) אום שבת, פארקערט די ביסט ברוך השם א איד וואס היט שבת און לייגט תפילין און האלט די מצוות פון גאט כמעט ... ווי געהעריק, אבער פאָרט, אלע מצוות וואס די היטסט זענען נאָר אַן עקסערסייז פֿאַר די פאַקטישע אמת'ע זאַך, כדי נישט צו פארגעסן וויאזוי צו טוען מצוות (ווי חז"ל זאגן וועגן האלטן מצוות אין חו"ל), און די ביסט נאר "כאילו" אזויווי איינער וואס דינט עבודה זרה, נישט ממש אויף עכט (ווי חז"ל זאגן וועגן וואוינען אין חו"ל).

עס איז אויך אמת, אַז עס זענען פארהאן שטארקע לימודי זכותים און תירוצים וואס טוען פארענטפערן פֿאַר די פאַקט אַז די האָסט זיך נאָך נישט אריבערגעצויגן צו די לאַנד וואס איז זייער זייער גוט, אפֿשר זענען אפילו דא טויזנט-און-איין דערקלערונגען, אָבער נאָך אלעמען, איז די מצווה פון צוריקקומען צו וואוינען אין ארץ ישראל בלויז אויף דיר, אויף מיך און אויף אונז, דאס איז נישט א מצוה וואס ליגט אלץ א פליכט אויף משיח, אדער אויף די פּלייצעס פון די צדיקים פונעם דור, נאר עס ליגט אויף אונדז אויף אונדזערע קינדער און אויף אַלע אונדזערע דורות עס מקיים צו זיין.

איז לאָמיר דערפאר נעמען דעם וואָרט פון גאָ-ט אריין אין אונדזערע הערצער, דאַווענען צו אים, און טראכטן פלאנירן מיט פארשידענע עצות וויאזוי מיר גייען גאר בקרוב אנקומען ארויפצוגיין צום לאַנד וואָס די אויגן פון גאָ-ט ברוך הוא זענען שטענדיק אויף איהר, און דורך דעם וועלן מיר קענען פאַרריכטן די זינד פון די מרגלים וואָס האבן געברענגט שרעקליכע רייד צו פארמיאוסן דאס לאנד, און דורכדעם פאררעכטן דאס גאנצע וועלט.