אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך yn.NY » זונטאג יוני 13, 2021 2:18 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן:אויב דו וועסט איר אמת'דיג ליב האבן, וועסטו נישט זיין דעפרעסט פאר די סיבה.

אן עצה איז דא, אז דו זאלסט ארבעטן אויף שמירת עינים. נישט אז דאס איז די "גאנצע" עצה, אבער ס'וועט דיר זיכער אסאך ארויסהעלפן (אויסער דער חלק הסגולי שבו, וואס דאס איז אן ענין ע"פ חסידות, ואכמ"ל).

דער אמת'ער ריכטיגע עצה דערצו איז, ארבעטן אויף אמת'ע אהבה.

און וויסן זאלסטו, אז די פרויען וואס טוען זיך אן פענסי, און קוקן באמת אויס שענער, מוז נישט זיין אז זייער מאן האט עפעס מער פון זיי. אפילו אין בעט (אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק), מוז נישט זיין אז זיי האבן מער, צומאל, ווען זייערע מענער וואלטן צוגעקוקט וואס טוט זיך ביי דיר, וואלטן זיי דיר מוחל געווען די שיינע פרויען און וואלטן זיך גערן געטוישט מיט אייך. וקצרתי במקום שאמרו לקצר,
א חבורה יונגעלייט שטייען אינדרויסן.


זיי ווייסן וואס די רבי זאל זיין געזונט טוט בשעת זיי מאכן זיך טייט די גארטלעך? :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג יוני 13, 2021 3:19 pm

מורינו ורבנו האט געשריבן:דער אמת'ער ריכטיגע עצה דערצו איז, ארבעטן אויף אמת'ע אהבה.

וויאזוי? וואס ברויך מען צו טון?
בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך ישעיה » זונטאג יוני 13, 2021 4:16 pm

מאנטריאל האט געשריבן:וויאזוי קען איך האבן אהבה צו מיין ווייב ווען איך זעה פרויען וואס איז אסאך שענער פון איר און זי איז זיך אליינס שולדיג ווייל זיי גייט אנגעטאן צו פרום ממילא ווער איך זייער דעפרעסט און איך קען איר נישט ליב האבן

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

איך האב נישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, אבער איך וואלט געוואלט מגיב זיין צו דיר, טייערע ברודער.
שיינקייט איז טאקע א געוואלדיגע פאקטאר ווען עס קומט צו אהבת איש לאשתו, בפרט אין די ערשטע יארן, אבער דאס איז דאך נישט אלעס.
קודם כל, דער פרויערישע נאטור האט נאך כל מיני געשמאקע זייטן וואס דער מאן קען עפרישיעיטן, בפרט אויב זי איז ווארים, הארציג און פארשטענדליך.
און דאס איז חוץ פון דעם וואס בדרך כלל האט א יעדע פרוי שיינקייט, צו א געוויסע דעגרי, ווילאנג דער מאן איז נישט פארנומען איר צו קאמפערן צו אנדערע, וואס דעמאלטס קען ער דאס נישט ריכטיג עפרישיעיטן.
אבער דא וויל איך צוקומען צו נאך א נקודה;
ס'דא אמאל א פרוי וואס איר שיינקייט איז נישט ווער ווייסט וואס, אבער איר כאראקטער איז זיס (לאו דוקא פרויערישע זיסקייט וואס איך האב אויבן דערמאנט), ד.ה. א גוטע נאבעלע מענטש, וואס געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די בשותפות'דיגע קינדער (והיו לבשר אחד!), און פאר דער מאן זעלבסט; דער שיינקייט איז טאקע נישט עפעס וואס מען זעהט "בהשקפה ראשונה", אבער מען קען דעוועלפאן א געוואלדיגע אהבה צו דעם, מיט'ן אייבערשטער'ס הילף.
מאך צו דיין אויגן און טראכט אז דיין ווייב איז לא עלינו אין שפיטאל שטערבליך קראנק, אפשר וועסטו דורך דעם בעסער פארשטיין וואס איך מיין.
צום שלוס: דער אייבערשטער זאל העלפן אז פאר דיינע זיהן זאלסטו טרעפן "שיינע" שידוכים; לייג אריין דיין ענערגיע טאקע אין דעי דיירעקשן, זיכער צו מאכן אז די קומענדיגע דורות זאלן זיך נישט דארפן ספראוון מיט וואס דו מוטשעסט זיך. קלער אויף דיינע חברים אין ביהמ"ד איבער די פראבלעמען וואס א.ג. פרומקייט ביי פרויען ברענגט מיט זיך.
בהצלחה!
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט