שארפןקאפ האט געשריבן:איך מיין אז אויב ווילסטו צו קומען צו אמתע אהבה וואס איז מורהדיג טייער אין ציכטיק אין ריין אין גאנץ זעלטן דארפסטו נעמען אן אפרויטש פון ווי אזוי מען רייניקט אויס דיימאנטין, ווען מען גראב זיי ארויס פונעם מינע זענען זיי אויס געמישט מיט פארשיידענע אנדערע מאטעריאלן כדי צו באקומען די דיימאנטין דארפסטו קודם אוועקנעמען די אנדערע מאטעריאלן וואס זענען נישט דיימאנטין, לענינו אויב וועסטו צו קומען צו אמתע ליבשאפט דארפסטו קודם פארשטיין וואס עס איז נישט ליבשאפט נאר תוצאת פון ליבשאפט אדער וואס מענטשן רעדן זיך איין אז דאס מיינט ליבשאפט, סא איך מיין אז א בעסערע קשיא צו פרעגן איז וואסערע זאכן האסטו שוין געהערט זענען אמתע ליבשאפט וואס די מיינסט זענען נישט? אין טאקע פארוואס האלטסטו אז עס איז נישט אמתע ליבשאפט?
פון די פארשידענע מקורות שיעורים וואס זענען דן אין דעם נושא - פאר ווער ס׳האט געליינט אדער געהערט דערוועגן - איז לכאורה זייער קלאר אז די אמת׳ע אהבה איז אזאך וואס אויב האט מען עס, איזעס זייער בולט בלי שום ספק און ס׳ווערט נישט געשטערט אדער פארדעקט פון קיין שום אנדערע מאטריאלן (משא״כ א דיימאנט).
ס׳איז זייער מעגליך אז אפילו דאס לעבן פארט על מי מנוחות, מ׳קריגט זיך נישט, ס׳דא ״שלום בית״... איזעס בלויז אן אהבה התלוי׳ בדבר.
מ׳קען זיך אליין בוחן זיין אויף וויפיהל זיין רעזיסטענ׳ס איז - מ׳זאל פארשטייט זיך נישט געפריווט ווערן - מיט למשל די פריערדערמאנטן עפיזאד פון berlbalaguleh@.
אהבה צו ׳איר׳ מיינט נישט אז מ׳האט ליב געוויסע זאכן וואס דער מאן איז נהנה ׳דורך׳ איר, ווייל כידוע די משל, עמיצער פרעגט איינעם: האסטו ליב פיש? תשובה: יא! שאלה: דאן פארוואסט עסטו עס אויף? אלא מאי האסט נישט ליב די ׳פיש׳! האסט ליב דעם געשמאקן טעם וואס דו פילסט ווען די עסט פיש...
א מענטש גייט דורך פארשידענע טוישונגען אין לעבן, דער גוף עלטערט זיך, מדות ווערן אויסגעארבייט, אדער געוויסע באהאלטענע תכונת הנפש קומען מיט דער צייט ארויס אויפן אויבערפלאך. אויב האט מען איר ׳בעצם׳ ליב דאן כאפט נישט קיין נפקא מינה סיי וועלכע שינויום. מאכט סענס?