שבתי צבי אין יאר תשפ"ב

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:57 pm

פון בר כוזיבא איז נישט קיין ראיה ווייל ער האט פארלוירן די דשיהאד קריג, ממ״ש האט נישט פארלוירן, אדרבה ואדרבה, זיינע פעולות זענען נושא פירות ביז׳ן היינטיגן טאג.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4491
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3942 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג יוני 18, 2021 12:08 am

איך מיין די לשון הרמב"ם ביי בר כוכבא איז כיון שמת
בכלל מיז ער דאך זיין בין החיים לויט די רמב"ם

און אויב רעדט מען פין א insurrection קען דאך דאס אויך זיין די אלטער רבי פינקט אזוי
אדער גאר "די רבי די שווער" וואס האט דאך אזויפיל געטון און זיך געקאכט אויף צחצוח הכפתורים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום פרייטאג יוני 18, 2021 12:13 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2892
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 18, 2021 12:10 am

א. דער אלטער רבי אדער דער ריי״ץ קען נישט זיין משיח ווייל ממ״ש איז שוין משיח.

ב. דער רבי פלעגט אסאך מרמז זיין אז דער שווער איז משיח, און באמת זענען ביידע אמת בבחינת [פיל אריין עפעס א רענדאם קבליסטישע/פילאזאפישע טערמין און מי אני וועט עס שיין מסביר זיין...]
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4491
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3942 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג יוני 18, 2021 12:16 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א. דער אלטער רבי אדער דער ריי״ץ קען נישט זיין משיח ווייל ממ״ש איז שוין משיח.

ב. דער רבי פלעגט אסאך מרמז זיין אז דער שווער איז געווען משיח, און באמת זענען ביידע אמת בבחינת [פיל אריין עפעס א רענדאם קבליסטישע/פילאזאפישע טערמין און מי אני וועט עס שיין מסביר זיין...]



דאס איז זיכער אז די ליבאוויטשער חברה קענען שוין נישט אננעמען קיינעם פאר משיח. זיי זענען פארלוירן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3402
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1835 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 18, 2021 12:21 am

זענען זיי שוין אימיונט קעגן דעם תשפ״ב שבתי צבי, קען זיין אז דאס איז טאקע געווען דעם רבינ׳ס חשבון מיט׳ן זאגן אז ער איז משיח ווייל ער האט געזעהן ברוח קדשו אז ס׳גייט קומען נאך א שבתי צבי...
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4491
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3942 מאל

Re: שבתי צבי אין יאר תשפ"ב

הודעהדורך תוהו ובוהו » פרייטאג יוני 18, 2021 12:24 am

קויפער האט געשריבן:ביי מיר וואלט ער קלאר געווען א משיח שקר, ע״פ משנתו של ישעי׳ ליבוביץ:


מאסט לייקלי וועט ביים היימישן משיח ישעי' לייבוביץ זיין א נביא שקר..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

הודעהדורך גרעפיקסער » פרייטאג יוני 18, 2021 1:17 am

מ׳זאל נישט געפריווט ווערן, אבער וויפיהל כ׳טריי זיך אריינצולייגן אינעם שיך פון דעם נסיון, גייטעס מיר נישט... פשוט איך ווארט אז משיח זאל מיר קומען ׳אויסלייזן׳. אז ס׳קומט סיי ווער דרייען א קאפ און שלעפט ארום... מה לי ולו??? כ׳מיין אז ס׳שטייט נישט אין ערגעץ עפעס א תנאי אין משיח׳ס הצלחה לויט וויפיהל חסידים ער האט אדער וויפיהל אידן הערן זיינע שלוש סעודות תורה... סאוי וואָסאַ נפק״מ ווער ס׳איז משיח? ווען דער משיח ה׳ וועט זיך באווייזן און טון צו דע זאך בינעך גרייט צו גיין, וה׳ יעזור אז איך זאל טאקע זיין גרייט...
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » פרייטאג יוני 18, 2021 5:27 am

איך וואלט עס איינגעטיילט לויט די מענטשן וויאזוי מען האט געהיטן די קאראנע רעגולאציעס ווען זיי זענען געווען אין אפעקט און מען האט פארשטאנען די וויכטיגקייט. ווייל לויט דעם מעסט איך די שפיות פון א מענטש.

אין קארלין וואלט מען ווארשיינליך געלייקנט אין ביאת המשיח.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 632
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

הודעהדורך הקטן » פרייטאג יוני 18, 2021 6:48 am

קויפער האט געשריבן:ביי מיר וואלט ער קלאר געווען א משיח שקר, ע״פ משנתו של ישעי׳ ליבוביץ:

דער ריכטיגער משיח וועט נישט האבן קיין פראבלעם זען דערצי זאלסט אויפהערן גלייבן אין ליבוביץ
ענד אר ליבובץ זאל אנפאנגען גלייבן אין אים

די שאלה איז, עט-וואט-פוינט וואלסטו ווען אויפגעהערט גלייבן אז ליבוביץ איז גערעכט?
וואס וואלט דיך געמאכט זיין אביסל ווייניגער קלאר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום פרייטאג יוני 18, 2021 8:48 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2892
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג יוני 18, 2021 8:13 am

גרעפיקסער האט געשריבן:מ׳זאל נישט געפריווט ווערן, אבער וויפיהל כ׳טריי זיך אריינצולייגן אינעם שיך פון דעם נסיון, גייטעס מיר נישט... פשוט איך ווארט אז משיח זאל מיר קומען ׳אויסלייזן׳. אז ס׳קומט סיי ווער דרייען א קאפ און שלעפט ארום... מה לי ולו??? כ׳מיין אז ס׳שטייט נישט אין ערגעץ עפעס א תנאי אין משיח׳ס הצלחה לויט וויפיהל חסידים ער האט אדער וויפיהל אידן הערן זיינע שלוש סעודות תורה... סאוי וואָסאַ נפק״מ ווער ס׳איז משיח? ווען דער משיח ה׳ וועט זיך באווייזן און טון צו דע זאך בינעך גרייט צו גיין, וה׳ יעזור אז איך זאל טאקע זיין גרייט...


מורח וודאין

היבש חסידים
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3402
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1835 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » זונטאג יוני 20, 2021 12:58 pm

ווען משיח וועט קומען, וועט קיינער נישט קיין ספק האבן אין זיין ווארהייט, ס'וועט זיין א מציאות ביי יעדן.

משיח איז א מציאות וואס מען קען אנטאפן מיט די הענט. קיינער וועט עס נישט קענען לייקענען.

דאס איז אויסער די הויכע בחינות פון משיח, וואס דאס דארף מען אפלערנען, א ניצוץ משיח, א דרגת משיח, נשמת משיח וכו' וכו'. נישט יעדער קען דאס משיג זיין.
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך תרמב » זונטאג יוני 20, 2021 1:59 pm

ס’איז אינטערסאנט לויט דעם אז אזויפיל גדולים וטובים האבן זיך טועה געווען אין שבתי צבי, ווי אויך האט זיך רבי עקיבא טועה געווען אין בר כוכבא אז ער איז משיח.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 620
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 20, 2021 2:02 pm

אויף רבי עקיבא איז נישט שווער ווייל די סימן פון מורח וודאין האט מען צוגעלייגט נאך בר כוכבא. אויף שבתי צבי איז דא צוויי תירוצים: 1) ער איז טאקע געווען א מורח וודאין נאר די אנדערע סימנים האט ער (מעגליך) נישט געהאט. 2) די גדולים וואס האבן געהאלטן ער איז משיח האבן אנגענומען ווי דעם רמב״ם אז ער מוז נישט ווייזן קיין איבערנאטירליכע זאכן, מורח וודאין אריינגערעכנט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום זונטאג יוני 20, 2021 2:12 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4491
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3942 מאל

הודעהדורך תרמב » זונטאג יוני 20, 2021 2:09 pm

דאס מיינט אז אויב ס’קומט א פרישע משיח שקר קען מען זיך פריש טועה זיין דורך נישט אנעמען אזוי ווי די רמב’’ם.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 620
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 20, 2021 2:11 pm

דו מיינסט צו זאגן אז אויב דער רמב״ם איז גערעכט וועט דער עכטער משיח בלייבן אויסגעשפיעלט.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4491
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3942 מאל

Re: שבתי צבי אין יאר תשפ"ב

הודעהדורך תוהו ובוהו » זונטאג יוני 20, 2021 2:31 pm

לויטן רמבם איז דאכצעך נישטא אזא זאך ווי דער 'עכטער משיח' צו 'פאלשער משיח'. פאר וועם ס'געלונגט אויסצופירן אב''ג, הוברר הדבר אז אים האט דער פסוק געמיינט.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יוני 20, 2021 2:53 pm

תוהו ובוהו האט געשריבן:לויטן רמבם איז דאכצעך נישטא אזא זאך ווי דער 'עכטער משיח' צו 'פאלשער משיח'. פאר וועם ס'געלונגט אויסצופירן אב''ג, הוברר הדבר אז אים האט דער פסוק געמיינט.

יא די רמב"ם האט דער גדר פין "בחזקת משיח"
און דערנאך
אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בוודאי"

– משנה תורה, הלכות מלך המשיח, פרק י"א הלכה ד'
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2892
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש יוני 26, 2021 11:45 pm

מי אני האט געשריבן:עס איז אבער א בכלל א באקאנטע מבוכה צווישן די פארשער (ווי צב״ש דר. ראבּערט קירשנער און דר. תמר רודאווסקי) צי דער רמב״ם האט באמת געהאלטן פון תחיית המתים על אף זיין אגרת. זיי טענה׳ן אז ער האט דאס געהאלטן און אוועקגעשטעלט אלס עיקר מכח אמונה הכרחית לההמון.



דער עיקרים (מאמר א פכ״ג) טאקע האלט אז אמונה בביאת המשיח ובתחיית המתים, הגם שראוי לכל בעל דת שיאמין בהן און זיי זענען ענפים פון די עיקרי אמונה, זענען אבער נישט קיין עיקרים און שרשים און איינער וואס לייקענט אין זיי איז נישט קיין ״כופר״ בתורה (הגם ער איז א מקצת ״מין״ אבל יש לו חלק לעוה״ב, ועיין שם בעץ שתול בסוף הפרק). פונקט אזוי ווי דער וואס גלייבט אין בריאת העולם נאר אז ס׳איז יש מיש מחומר קדמון ע״ש.

אבער רבו האור ה׳ האט נישט געהאלטן אזוי ועיין שם במאמר ג ח״א כלל ד וכלל ח.

דער עיקרים (מאמר א פ״ג) פרעגט אויף דער רמב״ם אז דאס ווארט ״עיקר״ בנוגע דת איז נאר א זאך וואס אָן איר קען נישט געמאלט זיין די ספעציפישע דת. דעריבער פרעגט ער פארוואס האט דער רמב״ם כולל געווען ביאת המשיח ותחיית המתים אלס ״עיקרים״? דער עץ שתול שם בהענפים (אות ב) שרייבט דארט:
ולי נראה ליישב כונת הרמב״ם במספר השלשה עשר עיקרים אלו, כי הוא מנה אותן על דעת ההמוני כדי לחזק אמונת תורתינו בלב ההמון, ולכן מנה המשיח ותחיית המתים בכלל העיקרים כי ההמון אם לא יאמין בהם יבא להכחיש בתורה כולה בלי ספק. כי אם לא יאמין שיהיה קץ לגלות ולא ישוב עוד לביתו בודאי יבא לפרוץ גדר, כי יבא לחשוב שאי אפשר להינצל מעונש הגלות הזה ויהיה מההכרח שיפסד לנצח נצחים, ואז יכפור גם בתחיית המתים כי זהו בכלל ימות המשיח והא בהא תליא כמו שיתברר לקמן במאמר ד ריש פ״ל בדברי המחבר שכתב לפי דעת הרמב״ם ז״ל, ותפול התורה בכללה ולא ירצה להאמין בשכר המיועד בתורה, כי על דבר זה וכיוצא בו אמר המשורר (תהלים קל ד) כי עמך הסליחה למען תורא כמו שיתבאר לקמן במאמר ד פכ״ו.
הגם אבער ער האלט דארט אז דאס איז בעצם יא אן אמונה אמיתית און נישט נאר הכרחית; די חלק ההכרחית איז נאר געווען דאס האבן דאס כולל געווען אין די ״עיקרים״ ממש ע״ש.

*

וז״ל של ר׳ יצחק אבן פולקר בעזר הדת (ח״א ריש שער ו):
אין ראוי לשום משכיל להאמין כי אמונתינו תלוים בביאת משיחנו, ואף כי אם הוה איפשר לשום אדם שום ספק על ביאתו שיחלש בעבור זה באמונה מאמונות תותתנו. ועם כל זה יש לנו להזמין [להאמין] בביאתו מן התורה, שנא׳ ושב ה׳ אלהיך את שבותך וריחמך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1800 מאל

Re: שבתי צבי אין יאר תשפ"ב

הודעהדורך כניאק » דאנערשטאג יולי 15, 2021 4:13 pm

די אינטראסאנטע זאך איז אז עס האלט שוין אינמיטן געשען.

נאר די משיח פון תשפ״ב טוט עס אויף א קלוגע וועג, קודם גייט ער ארום צו אלע מנהיגים צו באקומען גוטע ווערטער וואס מקען ארויסנעמען פון קאנטעקסט, און מאכט שיינע פיקטישרס מיט אלע רביס.

איינמאל ער קומט ארויס אלץ משיח האט ער שוין אלע הסכמות פון פארדעם..
כניאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 16, 2021 7:45 am

כניאק: כ'האב מורא אז ס'גייט נישט ארבעטן. ווייל דער זעלבער משיח וואס איז ביי באבוב 48 קען נישט זיין דער זעלבער ביי באבוב 45. אויך. דער משיח פון די בני מהר"א וועט נישט קענען זיין דער זעלבער משיח פון די בני מהרז"ל. און כש"כ נישט פון די בני יואל. ווייל זיי וועללן איהם פארשרייען אלס שייגעץ און ציוני...!

די זעלבע איז שוין היינט ביי בעלעד און אלכסנדר. און אפילו צאנז קלויזנבורג.

די איינציגע טראדיציע וואס ביידע פראקציעס אין צאנז-קלויזנבורג האלטן אן איז אז די זקני החסידים קומען צו רייטן אויף פערד צו די שמחות בבית רבם. די גאר עלטערע חסידים קומען צו רייטן אויף פאוני'ס, מיט וואטשערס. די מיטליעריגע קומען צו רייטן אויף גרויסע פערד. און די חשובי העדה קומען מיט פערד און וואגן...! כל אחד לפי מדרגתו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14813
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17017 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9673 מאל

Re: שבתי צבי אין יאר תשפ"ב

הודעהדורך כניאק » פרייטאג יולי 16, 2021 1:34 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:כניאק: כ'האב מורא אז ס'גייט נישט ארבעטן. ווייל דער זעלבער משיח וואס איז ביי באבוב 48 קען נישט זיין דער זעלבער ביי באבוב 45. אויך. דער משיח פון די בני מהר"א וועט נישט קענען זיין דער זעלבער משיח פון די בני מהרז"ל. און כש"כ נישט פון די בני יואל. ווייל זיי וועללן איהם פארשרייען אלס שייגעץ און ציוני...!

די זעלבע איז שוין היינט ביי בעלעד און אלכסנדר. און אפילו צאנז קלויזנבורג.

די איינציגע טראדיציע וואס ביידע פראקציעס אין צאנז-קלויזנבורג האלטן אן איז אז די זקני החסידים קומען צו רייטן אויף פערד צו די שמחות בבית רבם. די גאר עלטערע חסידים קומען צו רייטן אויף פאוני'ס, מיט וואטשערס. די מיטליעריגע קומען צו רייטן אויף גרויסע פערד. און די חשובי העדה קומען מיט פערד און וואגן...! כל אחד לפי מדרגתו...!
דאס איז די קונץ פון די משיח, אז פאר חסידים פארקויפט ער אז ער איז א ספרדישער מקובל און פאר די ספרדים אז ער איז א חסידישער רבי און פאר די ליטווישע אז ער א גרויסער רב.

צו רבי אהרן רעדט ער פון שחיטה און רבי ז״ל פון ציוניזם, סקווירא פון די בעש״ט, בעלז פון בעלי תשובה וכו. צו יעדן רעדט ער פון די טפיק וואס זיי האבן ליב.
כניאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יולי 18, 2021 12:31 am

אישתישבי האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:מ׳זאל נישט געפריווט ווערן, אבער וויפיהל כ׳טריי זיך אריינצולייגן אינעם שיך פון דעם נסיון, גייטעס מיר נישט... פשוט איך ווארט אז משיח זאל מיר קומען ׳אויסלייזן׳. אז ס׳קומט סיי ווער דרייען א קאפ און שלעפט ארום... מה לי ולו??? כ׳מיין אז ס׳שטייט נישט אין ערגעץ עפעס א תנאי אין משיח׳ס הצלחה לויט וויפיהל חסידים ער האט אדער וויפיהל אידן הערן זיינע שלוש סעודות תורה... סאוי וואָסאַ נפק״מ ווער ס׳איז משיח? ווען דער משיח ה׳ וועט זיך באווייזן און טון צו דע זאך בינעך גרייט צו גיין, וה׳ יעזור אז איך זאל טאקע זיין גרייט...


מורח וודאין

היבש חסידים

עני רוכב על חמור,
אדער אויפ'ן איל פון אברהם אבינו,

איך טראכט ווי מורינו ורבינו און תרמב, אז עס וועט זיין א הרגשה ביי יעדן איד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15390
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18776 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט