וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

וויל דער באשעפער עפעס צוריק פאר זיין גוטס?

שליחה דורך העניך »

שבת האב איך געזען אין ביהמ"ד א דרשה פון א געוויסן הרב אברהם יצחק מערמלשטיין, א ברסלבער משפיע, וואו ער האט מעורר געווען אין ליכט פון די לעצטיגע טראגעדיעס ביי כלל ישראל. ער זאגט דארטן אסאך שיינע זאכן, און יהי רצון אז ס'זאל אויפטון.

אבער די ערשטע הנחה פון זיין דרשה האט מיך זייער געשטערט. ער פרעגט, פארוואס נאר ווען עס קומט צרות פרעגן מיר וואס וויל דער רבוש"ע פון אונז? פארוואס פרעגן מיר עס נישט ווען ער גיט אונז אלע גוטע זאכן אין לעבן, בני חיי ומזוני, געזונט, נחת און הרחבת הדעת – פארוואס פרעגן מיר נישט דעמאלט, וואס וויל דער באשעפער פון מיר?

ואני עומד ומשתאה, צו וואס זאל דער באשעפער עפעס ווילן פון מיר? איז נישט דרך הטוב להיטיב? וויל נישט דער באשעפער טון גוטס פשוט ווייל ס'איז גוט צו טון גוטס? פארוואס מוז זיין אז ער וויל עפעס צוריק?

איך נארישער מענטש, א בשר ודם מלא חטאים ופשעים, ווען כ'טו אמאל א חסד פאר א צווייטן וויל איך דען עפעס צוריק? ווען כ'געב צדקה מתן בסתר וויל אים עפעס צוריק? אפילו מיט אלע מיינע מידות מושחתות האב איך א פינטעלע גוטס אין מיר וואס וויל טון גוטס פשוט ווייל ס'איז גוט צו טון גוט. איז נישט דאס על אחת כמה וכמה דער גרויסער באשעפער פון דער וועלט אז ער וויל טון גוטס אן קיין שום תשלום גמול?

דאס אז דער אויבערשטער טוט גוטס איז נישט קיין שאלה פארוואס. ס'איז פשוט אז ער וויל טון נאר גוטס. נאך דערצו אז ער איז א כל יכול, און ס'קאסט אים נישט קיין שום כוח און מי צו טון גוטס פאר מענטשן. אבער ווען דער באשעפער טוט חלילה שלעכטס – עכ"פ ווי ס'קוקט אויס פאר אונזערע אויגן – דעמאלט איז פאראן א שאלה. זיכער טוט נישט דער אויבערשטער שלעכטס סתם אין דער וועלט אריין. ס'איז אוודאי דא א סיבה אז דער מקור הטוב זאל טון פארקערט ווי ער וויל און געבן שלעכטס. דייקא דעמאלט איז פאראן די פראגע: וואס וויל דער באשעפער פון מיר?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר