א מעשה פאר מלוה מלכה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5467
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7145 מאל

א מעשה פאר מלוה מלכה

שליחה דורך מי אני »

עס איז מיר אויסגעקומען צו פארברענגען מלוה מלכה ביי מיין פאטער מיט מיין ברודער. מיין ברודער, זייענדיג א פרומער און א ת״ח, האט כנהוג פארציילט אפאר מעשיות פון צדיקים. איין מעשה איז געווען פון ר׳ רפאל פון בערשיד זצ״ל וואס איז געווען גאר נזהר אינעם מדה פון אמת און קיינמאל נישט געזאגט קיין שקר. אפאר אידן אין זיין שטאט האבן געהאט גע׳הרג׳עט א מסור וואו ער איז דארט געווען בשעת מעשה. ווען די איסטאנצן האבן איינגעזעצט אפאר פארדעכטיגע, וואס האבן דאס טאקע געהאט געטוהן, האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן זיי ארויסלאזן נאר אויב ר׳ רפאל וועט קומען און זאגן אז די באשולדיגטע האבן דאס נישט געטוהן; למעשה א שקר.

ר׳ רפאל איז געווען אויס-מענטש. ער האט דערנאך אָנגעזאגט פאר די חברה קדישא אז זיי זאלן אנגרייטן תכריחים פאר אים ווייל ווי נאר ער וועט דאס טוהן וועט ער גיין פון די וועלט. וכך הוה.

עד כאן הסיפור וואס מיין ברודער האט פארציילט.

איך בין געזעצן און זיך גארנישט אָנגערופן. אבער עס איז מיר געווען אויפפאלענד ווי מ׳דערציילט אזא סארט העידזשיאָגרעפיק (כעין) מופת מעשה אויף א צדיק ארויסצוברענגען זיין גרויסקייט און מ׳טוהט ממש דאס פארקערטע. ווייל ממ״נ: איז די שקר וואס ער האט געטוהן מותר להלכה און ער האט דאס געמעגט, צי גאר געדארפט, טוהן, דאן דארף דאך דאס לכאורה זיין די קובע אויף זיין אקט - אויב איז עס מותר/מצוה דאן יא און טאמער נישט דאן האט ער דאס נישט געדארפט טוהן. דאס ברענגט דאך צו צו קאנט׳ס באקאנטע שיטה אין דעאנטאלאגיע אז טאמער מען באהאלט אויס א קינד פון נאציס וואס זוכן אים צו הרג׳ענען און זיי פרעגן דער וואס באהאלט דאס קינד צי ער איז אינדערהיים און מ׳קען זיך נישט אנדערש ארויסדרייען באדארף מען צו זאגן דער אמת. אבער דאס זאגן דער אמת אין אזא פאל קען אריינגיין בגדר (גרם) רציחה. (ועיין כאן בקשר בענין זה בעטיקס להלכה. ובענין שקר מוכרח עיין כאן.)

ועוד, טאמער, ווי מען האט פארציילט די מעשה, האט ער ״געוואוסט״ [ברוה״ק] אז דאס וועט גורם זיין זיין מיתה קען דאך דאס אריינגיין בגדר סרך מאבד עצמו לדעת, וויבאלד עס איז דאך לכאורה נישטא דא קיין כוונה מהגוי להעבירו על הדת, ובפרט להרמב״ם ועיין ביו״ד סימן קנז סעיף א (אחוץ טאמער זאגט מען אז אזא סארט ״ידיעה״ מעיקרא ורק ע״י רוה״ק אז דאס וועט גורם זיין מיתתו איז נישט גענוג וודאי וברור אז דאס זאל נחשב ווערן בגדר איבוד עצמו לדעת; אבער דאן נעמט דאך דאס אוועק לכאורה פון די אָנגעבליכע ״גדלות״ פון די מעשה).

דערנאך האט מען פארציילט נאך א מעשה פונעם בני יששכר זצ״ל. אמאל פרשת וישלח האט זיך אינמיטן קריאת התורה אָנגערופן א לץ אז נאך א מזל דער מלאך האט נישט געשלאגן יעקב אויפ׳ן בריסט וואו ס׳דא די גוטע פלייש, ווייל דאן וואלט מען דאך דאס נישט געקענט עסן און דאס איז דאך די גוטע חלק פונעם בהמה. ווען דער בני יששכר האט דאס געהערט האט דאס אים זייער באנג געטוהן און ער האט אים געשאלטן [די לשון אין וועלכעס איך האב עס געהערט] אז ער וועט זיך שמד׳ען אויף יוה״כ שחל להיות בשבת. וכך הוה.

עד כאן הסיפור.

מיר איז ווייטער שווער געווען אז די מעשה זעהט אויס צו גיין ממש בניגוד צום רמב״ם׳ס עלעווטן עיקר, וואס ווי צוגעברענגט אין מיין (צווייטן) ארטיקל אין וועקער איז דאך בחירה חופשית נכלל אינעם עיקר פון שכר ועונש, ועיין ברמב״ם בהל׳ תשובה פ״ה (און פארשטייט זיך אז מיין ברודער נעמט אָן ״שכר ועונש״ במובן הפשוט, וואס דאן איז דאס דאך נאך מער מוכרח אז ס׳איז נכלל). טא, ווי אזוי האט די קללה געקענט פועל זיין אויף יענעם׳ס בחירה? יענער איז ערגער געווען ווי פרעה? ובסתם ווייזט דאך דאס לכאורה נישט אויף קיין גדלות אז מ׳שעלט א איד זאל גענצליך פורק עול זיין ווייטער, ווי איידער אים בענטשן אז ער זאל חוזר זיין מער למוטב.

מ׳קען מאַדיפייען די מעשה אז ער האט פשוט געזאגט אזא סארט נביאות אז לפי ווי עס זעהט אויס פון אזא סארט קלות וועט ער גיין מטה מטה עד שיסור מן הדת לגמרי; אזא סארט חכם עדיף מנביא. אבער דאן שטימט נישט געהעריג די ״יוה״כ שחל להיות בשבת״ חלק.

איך גלייב אז אויף די סארט מעשיות קען מען זיכער זאגן דעם דברי יואל׳ס הגדרה. ולא עוד אלא אפילו ווער עס קען יא גלייבן די מעשיות איז אויך אן אפיקורוס, אלס בזיון ת״ח וכדאיתא בסנהדרין צט: דהמבזה ת״ח נקרא אפיקורוס ע״ש.

עס גייט נאך טיפער. דער ברודער האט מיר געהאט פארציילט הארט נאכ׳ן ערשטן כוואליע פון קאוויד איבער עפעס א דיין וואס ווען דער רב פון די קהילה האט אים אָנגערופן היתכן ער האלט אפען די ביהמ״ד האט ער אים געזאגט אז ער נעמט דאס אויף זיין אחריות אז קיינער וואס דאווענט דארט וועט נישט געשעדיגט ווערן. וכך הוה. איך האב אים געהאט געפרעגט דעמאלטס אז ווי עס שיינט פון זיין סיפור און די התפעלות דערפון איז אז עס איז בעצם טאקע געווען א סכנה אבער ער איז מבטיח אז מ׳וועט ניצול ווערן, ולכן ״מופת״. איז אויב אזוי פארשטיי איך נישט. אויב איינער זרק אבן/שיסט א רעוואלווער לתוך (א צושטופטע) עשרה און קיינער ווערט למעשה נישט געשעדיגט, ווייל ער איז סומך אין די שמירה/הגנה פון א מצוה צי וואס, ווייזט דאס דען אז זיין מעשה איז געווען ריכטיג און הלכה׳דיג אויסגעהאלטן? ווייזט עס אויף גדלות? איז ער דען נישט איינער וואס איז געווען (עכ״פ כמעט) כוונתו להרוג הגם שאומר מותר הוא? מ׳קען דן לכף זכות זיין איז אז ער האט געהאלטן אז ס׳איז טאקע נישטא קיין סכנה בכלל ומעיקרא, אבער דאס איז שווער צו זאגן ווען אלע רופאים מומחים זאגן אז עס איז א מגיפה וסכנה.

דאס האט מיר דעמאלטס געצייגט ווי דאס׳ן לייגן אזא געוויכט אויף ״מופתים מעשיות״ [״זעהסט דאך אז ס׳האט גארנישט פאסירט״] נעמט איבער דער אלגעמיינער מענטש אויף נישט שוקל צו זיין צי א התנהגות ומעשה איז למעשה אויסגעהאלטן; עפ״י עטיקס או עפ״י הלכה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 103 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר