"ישראל" מין חמישי בבריאה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

"ישראל" מין חמישי בבריאה

שליחה דורך לבי ובשרי »

עס זענען באוואוסט די ווערטער פונעם חכם הכוזרי (מאמר ב' אות מד) אז אויסער די פיר יסודות און דרגות הבריאה -דומם, צומח, חי און מדבר – איז פארהאן א פינפטער סוג און מין, דאס איז כלל ישראל, און ווי ער שרייבט:

"כמו שידעת כי היסודות נהיו להיות מהם (א') המוצאים, ואחר כך (ב) הצמח, ואחר כך (ג) החיים, ואח"כ (ד) האדם, ואחר כך (ה) סגולת האדם ["כי עם קדוש אתה לה' אלקיך בך בחר ה' אלקיך להיות לו לעם סגולה מכל העמים אשר על פני האדמה (דברים ז ו)], והכל נהיה בעבור הסגולה ההיא להדבק בה הענין האלקי".


פונקט איז מיר אויסגעקומען זיך צו באגעגענען מיט'ן באוואוסטן חקירה פונעם בריסקער רב זצ"ל אינעם ענין פון די ד' יסודות הבריאה.

דער בריסקער רב איז חוקר, צי יעדע פון די פיר דרגות אנטהאלטן אין זיך די מהות פון די אנדערע יסודות, אדער יעדע יסוד איז א באזונדערע בריאה פאר זיך. דהיינו, וואס איז א צומח? איז דער 'צומח' א דומם וואס האט אויך די מעלת הצמיחה, דאס מיינט אז בעצם בלייבט דער דומם אזוי ווי ער איז, נאר "אין צוגאב" באקומט ער אויף דעם כוח המצמיח, אדער איז פשט אז צומח איז מין בפני עצמו און אן אייגנארטיגן מציאות וואס האט נישט קיין שום קשר מיט'ן דומם. די זעלבע איז ער חוקר מיט 'חי' צי דאס איז דער צומח מיט'ן כח פונעם חי אדער א באזונדערע מין.

ער דרינגט אויף אז ס'מוז זיין אז יעדע מין איז א באזונדערע מין פאר זיך. והא ראי', ווען דער צומח פארלירט די כח הצמיחה ווערט ער נישט צוריק קיין דומם, נאר ער ווערט פארוועלקט און ס'צעגייט, ממילא איז מוכח אז ס'איז א מין בפני עצמו. די זעלבע איז מיט'ן 'חי', ווען מ'נעמט אוועק די חיות פון אים ווערט ער נישט צוריק קיין צומח, און אויך דער מדבר ווערט נישט צוריק א בעל חי. זעען מיר אז יעדע איינע פון די חלקי הבריאה איז א מין בפני עצמו און א באזונדערע מציאות.

האב איך געזען ברענגען, אז אויך אויף די ווערטער פונעם כוזרי אז פארהאן א פינפטער חלק אין די בריאה וואס דאס איז "ישראל" איז דער בריסקער רב ווייטער חוקר צי א ישראל איז בעצם א 'מדבר' נאר ער האט צובאקומען קדושת ישראל, אדער ער איז א מין מיוחד בפני עצמו. איז דער בריסקער רב מוכיח ווי פריער דערמאנט, אז ווען א איד פארלירט פון זיך דעם מעלת ישראל ווערט ער ארגער פון סיי וועלכן געווענליכן מדבר, אויב אזוי איז זיכער אז ער איז א מין פאר זיך. עד כאן דבריו.

אבער, זעענדיג די ווערטער פון רבי חיים וויטאל אין שערי קדושה (חלק ג שער ב) זע איך א בפירוש'דיגן סתירה צווישן אין און דער בריסקער רב...

ווארום, רבי חיים וויטאל שרייבט אויף יעדע מין באזונדער קלאר ארויס, אז זי אנטהאלט יא די אינהאלט און דער מהות פונעם פריערדיגן מין:

"עולם העשייה... כל תולדותיו נבראו בגוף שבו והוא ביסוד העפר הגשמי, ונחלקים לארבעה חלקים: (א) התחתון שבהם, האבנים טובות והמתכות ואין בהם רק יסוד העפר, שקבל כח מארבעה יסודות כולם מן הגוף שבהם ונתערבו יחד ונעשה מהם מתכת ההוא, אמנם יש בתוכו כח אחד שערב התערובות הנזכרים, והם נקרא נפש ליסוד העפר הכלול מחמשה כוחותיו כנזכר לעיל. (ב) אחר כך נברא הצומח, כמו האילנות והעשבים, והיה גופו מיסוד העפר... ונוסף עליו נפש הצומח הצומח כלולה בחמשת כחותיה. (ג) אחר נברא החי והם בהמות ועופות וכו'. ובהם גוף ונפש דומם ונפש צומחת, ונוסף עליו נפש החיה הנקרא נפש הבהמית, והתנועה וההרגש. (ד) אחר כך נברא האדם המדבר, ויש בו כל הכוחות הנזכרים לעיל ונוסף עליהם נפש המדברת מיסוד האש... (ה) ואחר כך ברא את האדם הישראלי זך בכל בחינותיו יותר מכל שאר הנבראים בגופו ובארבע בחינות נפשותיו הדוממת והצומחת והחיה והמדברת, מפנימיות הזך שבכל ארבע יסודות שבהן ובצורתן, רצוני לומר נפשות שבהן. ולהיותו יותר זך מכל הנבראים בארץ, נתעלה עוד כי גם הוא נכלל ונקשר בכל העולמות ובכל פרטיהם ממטה למעלה"


על כל פנים זע איך דא קלאר א סתירה מפורשת צו די ווערטער פונעם בריסקער רב.

פאר נאך איינעם איז דאס שווער געווען?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר