פארוואס פאלגן די תורה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ברוך בענדיט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

פארוואס פאלגן די תורה

שליחה דורך ברוך בענדיט »

איך וויל ארויפברענגען א ענין וואס האט מיר שטארק געבאדערט נאך פון די ישיבה קטנה יארן אין איך האף אז אפאר חברים דא וועלן אביסל אויפלייכטן די נעפל וואס הערשט ביי מיר אין דעם...

שכר ועונש, לאמיר זאגן אז אונז פארשטייען שוין פארוואס דער אויבערשטער דארף די מענטשליכע מצוות אין וויל נישט קיין עבירות...
און אויף דעם שטייט אין די תורה אז ער וועט געבן שכר ועונש כדי דאס צו אינפארסירן...
לאמיר זאגן אז אונז פארשטייען שוין פארוואס ער דארף עס טאקע אויספירן (אויב ער פירט עס אויס) ווען עס איז בפשטות גענוג אז אונז מיינען אז עס איז דא....

דא קום איך צו.... אז שטייט אין די תורה אז דער באשעפער איז גערעכט און יושר, קומט דאך אויס אז ער גייט באשטראפן רעלאטיוו צום עבירה, וואס הייסט אז עס גייט נישט זיין איינער גייט האבן מער ווי דעם צווייטן.. אויב האסטו הנאה אויף דער וועלט גייסטו נישט האבן אזוי סאך הנאה ווי דער וואס ליידט אויף די וועלט ווייל עס איז דא יושר....
איז לכאורה ווען איך טוה אן עבירה אויף דער וועלט פארשטייט זיך אז עס ווערט אויך אריינגערעכנט די הנאה פון עס יעצט האבן אבער ער גייט נישט באקומען קיין מער שכר אויף יענע וועלט וואס דאס האט נישט די הנאה פון יעצט האבן....

בקיצור אויב דער וואס באשטראפט מיך איז אינגאנצן ביושר און גלייך, פארוואס זאל איך האבן א פראבלעם צו זינדיגן ווען ער גייט מיך נישט באשטראפן מער פון וואס עס קומט זיך פאר די הנאה....

אויב איינער פארשטייט און האט א בעסערע כח הסברה ווי מיר, זאל פליז אריינקומען....

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר