ווען מיר טרעפן בענקסי אין די זאָם.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

ווען מיר טרעפן בענקסי אין די זאָם.

שליחה דורך פרייוויליג »

בענקסי איז די וועלטס מיסטעריעזן ארטיסט. זיין/איר גראפיטי און ארט איז וועלט בארימט. ווער עס האט שוין אמאל געזען זיינע/אירע ארט איז זיכער פאציאנירט געווארן פון זיין אדער איר אומגלויבליכע שעפערישקייט.

בענקסי איז בארימט מיט זיין סובווערסיוו און באהאלטענע מעסעדזשס וואס ער/זי טוט קונצליך אריינבלענדן אין זיין ארט. פיל איז שוין באשריבן געווארן איבער דעם מיסטעריעזן פארשוין, ווער איז דאס, איז דאס איין מענטש? וואס איז זיין מיסיע? וואס איז זיין פאליטישע אידיאלאגיע? וואס איז זיין אפיעל? און איבערהויפט וויאזוי זעט אויס דער פארשוין וואס האלט די וועלט געשפאנט שוין פאר אזויפיל יארן.

מיט יעדן גראפיטי וואס קומט ארויס ווערט די אינטערעסע איבער דעם מענטש שטערקער. יעדעס שטיקל ארט ווערט שטודירט און באטראכט וואס די באהאלטענע מעסעדזש קומט מיינען, און פאר א גוט יאר ווער איז דער טאלאטפולער וואונדערליכע ארטיסט.

פיל מענטשן זענען שוין כמעט געקומען צו אנמעסקן די פנים פונעם ארטיסט, אבער ביזדערווייל איז אנגענומען אז קיינער ווייסט נישט ווער דאס איז.
***
ארט דערציילט איבער איר ארטיסט. אן ארטיסט ווערט מאניפעסטירט דורך זיין ארט. און א מיסטעריעזן ארטיסט מאכט די נייגער די העכסטן ארט ביים מענטש.
***
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז די ארט האט נישט קיין ארטיסט.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז וויבאלד איך ווייס נישט ווער די ארטיסט איז, דאמאלט איז נישטא קיין ארטיסט.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז א באטל פארב האט זיך אויסגעגאסן און עס האט אויסגעמאלן א גראפיטי.
נישטא קיין איין לעבעדיגן מענטש וואס טראכט אז וויבאלד איך ווייס נישט ווער די ארטיסט איז דאמאלט מוז זיין אז א וואלקענע אויסברויך האט איר אויסגעמאלן.
***
אויב וואלט די ארטיסט געווען באקאנט וואלט די ארט געווארן קאנקריט, כל זמן די ארטיסט איז באהאלטן איז די ארט אבסטראקט, וויבאלד איר ארטיסט איז אבסטראקט.
די מיסטעריע פונעם ארטיסט מאכט די ארט אבסטראקט. די ארט ווערט שענער, טיפער, באדייטענד, מינינגפיל, זיסער, formless, און איבער אלעם, א דורשט און תשוקה צו זיכן און נאכצולויפן און טרעפן דעם ארטיסט.
***
יעצט, אויב וואלטן מיר ארויסזאָמט פונעם ציגל וואו די גראפיטי איז געשריבן געווארן, און מיר וואלטן רעלאזירט אז די ציגל איז א קליין ברעקל רעלאטיוו צו די פלאנעט, און די פלאנעט איז א קליין שפענדל רעלאטיוו צו די גאנצע יוניווערס. וויפיל ענערגיע, נייגער, און אינטערעסע וואלט מיר געספענדעט צו וויסן ווער די דיזיינער איז?

פארוואס ווען מיר זאָמען אריין אינעם גראפיטי איז די אינטעלידזשענט דיזיין אזא פשטות וואס יעדער תינוק בן יומו פארשטייט, און ווען מיר זאָמען ארויס ווערן מיר אינגאצן צושאקעלט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר