פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

פראגעס אויף חרדישע און אלגעמיינע אידישקייט

שליחה דורך פרנס החודש »

היות אין א צווייטע אשכול האט איינער ארויסגעוויזן גאר שטארקע אינטערעסע איבער מיינע פראגעס אויף אידישקייט וועל איך פרובירן צו אראפברענגען טייל פון מיינע פראגעס דא. פארשטייט זיך לא הרי אידישקייט כהרי אידישקייט און יעדע פראגע האט אן ענטפער (לאו דוקא לאגישע). פארשטייט זיך אז יעדער איז בארעכטיגט צו אננעמען אז מיינע פראגעס זענען בכלל נישט בגדר פראגע, דאך ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פאר מיר איז עס (בעבר) שווער געווען.

1) צום אלעם ערשטן די אור אלטע פראגע פון צדיק ורע לו.
(ווערט ספעציעל שווער ווען דאס לעבן גייט נישט גוט).

2) ווי אזוי קענען די חכמים צולייגן מצוות צו די תורה והמסתעף, אין דעם איז אריינגערעכנט די עוואלוציע פון הלכה.

3) פארוואס רעליגיע מאכט מענטשן טון מאראליש שלעכטע מעשים.

4) פארוואס חרדישע אידן זענען פרימיטיוו

5) פארוואס מיר נוצן נישט עוואלוציע און ביג בענג טעאריע אלץ ראיה לאמיתת תורתינו

6) והוא העיקר, פארוואס אין אלגעמיין מענטשן וואס גלייבן אין תורה מסיני ציען צו עקטרעמיזם.

7) פארוואס לומדי תורה לייגן זיך אן אויפן ציבור.

פארשטייט זיך אז אויף די אלע זאכן האט מען שוין גערעדט און געזינגען פאר טויזענטער יארן און אויך געשריבן גאנצעטע אשכולות ממילא האב איך גארנישט מחדש געווען. גרויסע חכמים בעבר האבן שוין דן געווען איבער די פראגעס און געקומען צו פארשידענארטיגע מסקנות.


(הבהרה: די פראגעס האבן נישט דוקא צו טון מיט געוויסע אויסוואלן וואס איך האב יא אדער נישט געמאכט אין פערזענליכן לעבן).
Don’t ask unless you want to hear the answer.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר