פרייע בחירה אנטקעגן דעטערמיניזם, געדאנקן.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2321 מאל

פרייע בחירה אנטקעגן דעטערמיניזם, געדאנקן.

שליחה דורך נהורא נפישא »

ידיעה ובחירה איז א פראגע וואס ווערט שוין באהאנדעלט אין פריערדיגע פיליזאפישע ווערק אריינגערעכנט אין אידישע פיליזאפישע ספרים הגם פון אינזער אויפפאסונג איז מער פארשטאנדיג די צד פון בחירה און די פראבלעם ליגט ענדרעש אינעם צד פון ידיעה

פארשידענע דענקער מערקן אבער אן אז גענוי ווי אלע פאסירונגען זענען פאראויס באשטומט דורך א פאראויס עקזעסטירענדער מסובב (ביז מ'דערגרייכט די סיבה ראשונה) דארף דאס אויך אריינרעכענען די מענטשליכע באשלוסן לאור זה איז דוקא מער פארשטאנדיג די מושג פון ידיעה וואס איז שייך דוקא אויף פאסירונגען וואס זענען פאראויס באשטומט (עס איז כדאי צו באמערקן אז עס איז פארהאן אן אינטערשיד פון די מושג פון ידיעה און דאס צוטרעפן במקרה)

די הנחה אז די מענטשליכע באשלוסן זענען באשטומט איז באפעסטיגט געווארן מיט די פסיכלאגישע און ניוראלאגישע שטודיעס וואס באטראכטן  די מח פינעם מענטש ווי א קאמפליצירטע כעמישע געמיש וואס ווירקט גענוי ווי אלע אנדערע פיזישע מציאות'ער לויט די באשטומטע געזעצן פון די נאטור דאס הייסט אינזער מחשבות איז די סיבה פון אינזער מח, אינזער מח איז די סיבה פון איר ניוראלאגישע צוזאמשטעל אויף וואס ס'זענען פאראנטווארטליך די גענעטישער קאוד וואס גיט די אינסטיקטיווע אימפולסן און ווערט רעגולירט דורך די ערפארונג אין וואס מיר זענען אויסגעשטעלט ווייל די סביבה אין וואס די מענטש געפינט זיך טוען פארמירן זיינע ווירדן, געדאנקן, נאטור, כאראקטער, די צוזאמארבעט פון אט די צוויי פאקטארן זענען באקאנט אלס nature and nurture

ווי פארשטענדליך טוט די הנחה אויפברענגן א גרויסער טעאלאגישער און פיליזאפישער פראבלעם נעמליך דאס אז מאראלישע פאראנטווארטליכקייט עקזעסטירט נישט און אז באשטראפן א פארלעצער פון סיי וועלכער געזעץ סיסטעם איז פשוט נישט אויסגעהאלטן

א לעזונג צו די פראבלעם איז דא אז מיר זאלן אננעמן אז ס'איז בעצם נישטא קיין באשטומטע מאראלישע פרינציפן נאר א מער אויסגעהאלטענע וועג איז אז די געזעלשאפט זאל זיך פירן אויף א פראגמאטישן מהלך וואס נעמט פארשטייט זיך אטאמאטיש אריין געזעצן וואס ווערן באטראכט טראדיציאנאל ווי מאראלישע פרינציפן צוליב איר פראגמאטיזם

און פארן גלויביגער וואס גלייבט אז די סיבה ראשונה איז גאט דאן איז גאט דער וואס באשטומט די מאראלישע פרינציפן נאר היות מיר באזיצן אן אינסטיקטיווער מאראלישע שפיר איז געאייגנט אז מיר זאלן צופאסן די מאראלישע פרינציפן וואס ווערט באשטומט אין די תורה צו די אינסטיקטיווער מאראלישן שפיר מיט וואס גאט האט באשאפן דאס מענטשהייט און נישט דאס פארקערטע

יעצט אז מיר זאלן נאכגיין די אפשטאם פון אינזער מאראלישע שפיר איז דאס געבויט אויף אוניווערסיאלע מענטשליכע געפילן און עמאציעס ווי כעס, רחמנות וכדומה, (פון ווי ס'נעמט זיך אט די געפילן זעלבסט איז א שמועס פאר זיך)

פאר א פארלעצונג וואס ברענגט די געזעלשאפט אביסל כעס קומט א קלענערע שטראף ווידעראום אז ס'ברענגט א גרעסערע כעס פארלאנגט זיך א גרעסערע שטראף, און ווידעראום אז די קאלעקטיווער מענטשהייט האט רחמנות אויף א מענטש און א שווערע סיטואציע דאן איז אינזער אינסטיקטיווער מאראלישע שפיר צו העלפן דעם מענטש פון זיין מצב אזוי אז אלעס ווענדט זיך אין סימפאטיע אדער אנטאגעניזם וואס דער מענטש האט פאר א צווייטן באזירט אויף יענעמס מעשים

יעצט אנערקענענדיג  אז די מענטשן וואס מיר באצייכענען אלס עקסטרעם שלעכט זענען זייערע באשלוסן פון טוען רשעות פאראויס באשטומט וועלן מיר פלוצלינג האבן פארשטענדעניש און סימפאטיע מיט זיי ? די ענטפער איז ניין.

אויב אזוי צו וואס דארפן מיר גלויבן אין א פולשטענדיגע בחירה כדי צו בארעכטיגן שכר ועונש

יא גאט האט באשאפן יעדעם מיט פאראויס באשטומטע באשלוסן אריינגערעכענט די רשעים וואס זענען מוכן לפרעניות נו האבן מיר דען סימפאטיע צו זיי אז מיר זאלן וועלן פארטיידיגן זייערע מעשים מיטן טענה אז זייער באשלוס איז פאראויס באשטימט

ווידעראום דאס אז אין כמה פסוקים איז מפורש אז מיר האבן א בחירה קען דען נישט זיין אז דברה תורה כלשון בני אדם פון די סארט בחירה וואס ס'ווערט אויפגעפאסט אין אינזער געדאנק ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר