איזהו חכם?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6280 מאל
קאנטאקט:

איזהו חכם?

שליחה דורך לעיקוואד »

(אינספירירט דורך קאך_לעפל'ס אשכול, נתעוררתי חוקר צו זיין אויף די דאזיגע נושא)
לאמיר לייגען א הנחה, וואס דאכציך רוב וועלן מודה זיין, אז חכמה איז בעסער פון טיפשות, און עס איז בעסער צו זיין קלוג ווי צו זיין א נאר, און א חכם איז א זאך וואס מען איז משבח און מעריך, ווידער א טיפש איז מען מזלזל און דוחה. בקיצור די הנחה איז אז די מידת החכמה איז א מידה משובחת וטובה, און א חכם איז אן אדם משובח וטוב.
שטעלט זיך אבער די שאלה, ווער איז א חכם און ווער איז א טיפש? וואס איז דאס טאקע דער זאך צו וואס מען דארף שטרעבן ווען מזאגט אז קלוגשאפט איז א ריכטיגע מטרה?

פארשטייט זיך דאס איז גאר א ברייטע שאלה, און מען קען ברענגען צו דעם מראי מקומות מיט סברות מימות עולם ועד היום. איך וויל אבער חוקר זיין די נקודה אזוי.

איז א חכם איינער וואס ווייסט די ריכטיגע חכמה? דהיינו איינער וואס ער ווייסט דער אמת? און ווידער א נאר וועט זיין איינער וואס ווייסט נישט די ריכטיגע חכמה, וואס ער גלייבט אין זאכען וואס זענען נישט? לויט דער צד קומט אויס אז אפילו דער גרעסטער חכם אדער סייענטיסט פון אמאל, וויבאלד היינט ווייסט מען אז אלע זאכען וואס ער האט געוואוסט זענען געווען שקר, קומט אויס ער איז בכלל געווען א טיפש. עס איז דא א שטיקל גאנג וואס מען טראכט אזוי, אבער למעשה מיין איך עס איז גאנץ קלאר אז עס איז נישט אזוי און איז רחוק מן השכל אזוי צו קלערן, און מען קלערט אז א חכם וואס האט געהאט א פאלשער טעאריע בלייבט א חכם און מען איז עם ווייטער מעריך אלץ א חכם, נישט ער ווערט א נאר די רגע וואס זיין טעאריע ווערט אפגעפרעגט. אדרבה עס הערט זיך מאדנע צו זאגען אז דער פסק אויב איינער איז א חכם איז תלוי ועומד ווילאנג דער חכמה וואס ער האט עוסק געווארען איז מוכח אויף אמת אדער נישט.

אבער אויב נישט אזוי, וויאזוי דען איז מען מגדיר דער חכם? דער ציל און מובן פון חכמה איז דאך צו וויסען וואס איז ריכטיג, דארף מען דאך וויסען , און אויב דער ידיעה איז גאר נארישקייטן וואסארא חכם איז דאס? וועט מען זאגען א חכם איז דער וואס טוהט אין חכמה. און האט דאס גארנישט מיט ידיעות איינגעלייגט. לכאורה וועט מען מוזען זאגען אז א חכם איז דער וואס שטרעבט לפי יכולתו מברר זיין דאס וואס ער ווייסט, און לערנען נאך זאכען, בדרך של חכמה. און די אלע ידיעות וואס ער האט זענען נאר א טפל צו דעם, וויבאלד אז איינער זאל נאכפלאפלען די אמתע טעאריע אן דאס פארשטיין און וויסען וויאזוי דאס איז ריכטיג איז ער נישט קיין חכם, משא"כ איינער וואס איז מעיין בדרך חכמה אפילו אין א פאלשע טעאריע איז ער א חכם.

פון דעם קומט אבער אויס ווי יענער האט געזאגט אז חקר השטויות איז חכמה, דאס איז טאקע א גוטע הגדרה, אבער עס לאזט זיך פרעגן, איז דען קלוג חוקר צו זיין שטויות? איז דען נישט קלוגער חוקר צו זיין טאקע ריכטיגע חכמה?


--
צו נעמן פאר א משל קאך לעפל'ס טענה, עס גייט אזוי. הנחה: דער קריסטליכע טעאריע איז נישט ריכטיג. ממילא קומט עם אויס אז דער וואס האלט דאס איז א טיפש. און לפי דעם ווערט עם שווער וויאזוי קען זיין אזויפיל טיפשים. לפי דברינו, איז שוין ביי די ערשטע שלב פאלט אוועק זיין טענה. וויבאלד יעדער איז מודה אז איינער האט א טעות מאכט דאס עם נישט קיין טיפש, איז אפילו בהנחה אז דער תוכן הטעאריע איז נישט אמת, מיינט דאס נאכנישט אז דער וואס האלט איר איז א טיפש, וויבאלד דאס זענען צוויי באזונדערע עניינים בכלל. און דאס אז איך האלט אז עפעס איז שקר מאכט נישט יעדער וואס האלט אזוי פאר קיין טיפש.

מקען נאך אסאך מער חוקר זיין ומעיין זיין, תן לחכמים ..
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 112 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר