פילאזאפיע (פאר בעגינערס)

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

פילאזאפיע (פאר בעגינערס)

שליחה דורך שמערל »

לאור המלצת רבינו [tag]לעיקוואד[/tag] שליט"א, האב איך מיר גענומען אויסהערן לכבוד שובבים די טעיפס (פאדקעסט בלע"ז) פון history of philosophy without any gaps, איך וויל אויסדריקן מיין הכרת הטוב ברבים פארן אונז מזכה זיין מיט אזעלכע אינפארמאטיווע שיעורים, והגם די שיעורים זענען היבש אויבערפלעכליך, האט עס מיר אנגעהויבן צו עפענען א נייער פעלד, מיטאמאל האבן לשונות מיט וואס דער רמב"ם באנוצט זיך אומצאליגע מאל, אנגעהויבען צו מאכן מער סענס, אבער פון די אנדערע זייט בלייב איך אסאך מאל מיט פיל ספיקות און איך קען באשטיין עס אויסצושמועסן ברבים.

איך האלט שוין יעצט ביי שיעור 50, דאס איז טיף אינמיטן אריסטו, עס האט זיך שוין אנגעזאמלט ביי מיר אפאר זאכן וואס איך וואלט געקענט באשטיין אויסצושמועסן, איך וועל אבער אנהייבן ווי איך האלט יעצט, און צוביסלעך וועל איך צוריק גיין צו די אנדערע ענינים. ובזה החלי

א. אין סובב בלי מסובב
דאס איז א ראיה אויף מציאות הבורא פון אריסטו וואס דער רמב"ם ברענגט אראפ אין יסודי התורה פרק א. איז לויט ווי דער מגיד שיעור איז עס מסביר, איז אז אויב נעמען מיר אן אז די ארץ וכל הגלגלים דרייען זיך אויף אייביג, (כן הוא הנחת אריסטו שהארץ קדמון וקיים לעולם בלי גבול, ולכאורה הנחתו כך דיין לו ראיה או סיבה מספיק להיפך) קען נישט זיין אז דער כח להסתובב איז מכח המסובב עצמו, שהרי המסובב הוא מוגבל ואי אפשר שיהא בו כח להסתובב בלי גבול, פונקט ווי א קאר וואס פארט אויף געז, מיז זיך דער געז אמאל אויסנוצן, ובל כרחך לומר אז עס איז דא א כח בלתי מוגבל וואס דאס איז דאס וואס דרייט די גלגלים. ע"כ
קומט אויס אז אויב וועלן מיר חולק אויף די גאנצע הנחה אז די גלגלים זענען דא אויף אייביג, איז שוין נישטא קיין הכרח אויף א מסובב, ווייל עס קען זיין אז זיי דרייען זיך יא מכח עצמם.

יעצט, הגם דער רמב"ם איז זיך בפירוש חולק אויף אריסטו וואס האלט אז די גלגלים והעולם קדמון ווייס איך נישט אויב איז ער מודה צו אים אין דעם פרט אז זיי וועלן זיך יא האלטן אויף אייביג, היות שאיני בקי בספר המורה. בפשטות פון ברענגען די ראיה אויף קיום הבורא, ובכלל פון זיין לשון אין משנה תורה איז אזוי משמע, בין איך גערעכט?
און אויב יא קומט אויס אז אלע ספרי חסידות וקבלה וואס ברענגען דעם לשון אין מסובב בלי סובב, האבן נישט געכאפט דעם עומק הדבר אז דאס איז א סתירה צום פשטות הלשון בגמרא אז שיש אלפי שני הוי עלמא? אויפן רמב"ם איז דאס בכלל נישט קיין קשיא, ווייל ער האט נישט קיין פראבלעם אוועקצומאכן אזא זאך, אבער אויף די וואס ברענגען עס נאך אים איז שוין יא א פלא.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר