"פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

"פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט?

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

איינס פון די וועלטס מערסט געפרעגטע קשיות איז "פארוואס?", פארוואס בין איך דא, וואס איז דער תכלית פון זיין דא אויף דער וועלט. אין אנדערע ווערטער ווערט זי אנגערופן די פראבלעם פון "די באדייט פון לעבן" אדער אין ענגליש The Meaning of Life. משמעות החיים איז א טעמע וואס פלאגט דאס מענטשהייט מסתמא שוין אזוי לאנג ווי זי עקזעסטירט אין זי איז נאך ווייט פון פארטיג, זייער ווייט. גיבט נאר א קליק אריין אין גוגל "Why Are We Here" אדער "The Meaning of Life", פאר ביידע צוזאמען באקום איך עפעס אנדערהאלבן ביליאן רעזולטאטן, אפשר וועט איר נאך אפילו האבן בעסערע הצלחה. אלענספאל איז זי נישט א טעמע וואס מ'קען סתם אזוי פארווארפן העכערן פרוכת גלאט אזוי. אז די גאנצע וועלט איז פארנומען מיט א לעכט, א פעדער און א לעפל זוכענדיג עפעס מוז זיין אז יש דברים בגו. אדער אפשר נישט?

לאמיר אנהייבן פון אן אנדערע קוק-ווינקל. גייט זיך איינער שפאצירען אין א שיינעם זונטאג און גייט דורך א בוים און זעהט א בלעטל ליגן פארווארפן אויף דער ערד, טראכט ער פארוואס ליגט דאס בלעטל דא? זיכער נישט. יעדע פארשטענדליכע מענטש פארשטייט אז דער סבה פארוואס דער בלעטעל ליגט אונטערן בוים האט נישט קיין שום סבה, דא ליגט עס ווייל דא איז עס אראפגעפאלן אדער דא האט איר דער ווינט אוועקגעבלאזן. יעצט גייט דער מענטש אביסל ווייטער, ער גייט ארייין אין א שטוב, ביים וואנט ליגט א שאנק פול מיט ביכער, נעבן שאנק שטייט א טיש און אויפן טיש ליגט שיינערהייט אראפגעשטעלט א בוך. דער מענטש וואס זעהט דאס, דא הויבט ער שוין אן צו טראכטן ווער האט ארויסגענומען דעם בוך פון שאנק? פארוואס עפעס דעם בוך פונקט? וואס זוכט יענער עפעס אינטערסאנט דא? און אזוי ווייטער און ווייטער. דא איז שוין דער מענטש בארעכטיגט צו שטעלן פראגעס פארוואס. און דער חילוק איז זייער פשוט, בלעטלעך פאלן אראפ פון בוים אן קיין פארוואס ממילא איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס, אבער ביכער לייגן זיך נישט אויס אויפן טיש פון זיך אליינס, אויב ליגט עס דא האט איר איינער ארויסגענומען פון שאנק, און זיכער פאר עפעס א צוועק ממילא איז זייער גוט שייך צו פרעגן די אלע "פארוואס" שאלות. צי וועט דער שואל באקומען תשובות אויף זיינע פראגעס? צי וועלן אים די תירוצים זיין צופרידענשטעלנד? וועט אים פארענטפערט ווערן נאר א טייל פון זיינע קשיות? וועלן אים די תירוצים גאר ברענגן צו פרישע שווערערע ספיקות און שאלות? דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, אבער אויפן עצם פרעגן איז דא פארוואס.

יעצט לאמיר זעהן א דריטע מעשה. א מענטש גייט אריין אין שטוב און זעהט אונטערן טיש פארשטעקט א בוך, נישט שיין אויפן טיש ווי עס דארף צו זיין, נאר טאקע אונטערן טיש, ספק איינער האט דעם בוך דארט באהאלטן ספק עס איז פשוט ארויסגעפאלן פון שאנק אינמיטען דער נאכט און געלאנדעט דארט וואו זי איז. קען דער שואל דא אנהייבן מיט זיין סדרה פון קשיות אדער האט ער נאך עפעס צו טון פארדעם? דער תירוץ אויף דער איז זייער קלאר, אלע פראגעס דארף געלייגט ווערן אין א זייט, קודם אלעמען דארף קלאר ווערן וואס דא האט פאסירט, ליגט דא דער בוך ווי א בלעטל פארווארפן אונטער א בוים אן קיין כוונה אדער איז דער בוך באהאלטן געווארן אונטערן טיש דורך איינער וואס האט דאס געטון פאר א סבה. דאס איז די ערשטע זאך וואס מ'ברויך מברר זיין און פארדעם זענען אלע אנדערע קשיות זיענלאז אן קיין פשט.

דער מענטש, דער איך, די וועלט וואו אונז וואוינען און אלעס ארום איז בלינדערהייט ווי א בוך אונטער א טיש. פון זיך אליינס, דאס הייסט אן קיין נבואה וואס פארציילט אונז זאכן וואס טוט זיך אפ ערגעץ נישט דא וואו אונז קענען האבן אן השגה, פון וואס מיר זענען בכוח תופס צו זיין מיט אונזער שכל און חושים איז נישט דא קיין שום אנדייט צי דער בוך איז ארויסגעפאלן פון שאנק, צי דאס איז דארט געווארן אהינגעלייגט פאר א מטרה. ס'איז שוין טויזענטער יארן וואס מעטשן פון אלע שיכטן און קרייזן ארבייטן שווער אויפצוקומען מיט אן הוכחה וואס קען ערשיידן דעם ספק מיט א סברא גשמית, דאס הייסט ווי דערמאנט נישט מיט קיין נבואה פון העכער טבע. ס'איז נישט רחוק צו זאגן אז רובו המוחלט פון די כוחות הנפש וואס זענען געווארן אריינגעלייגט במשך הדורות אין דער סוגיא איז געווען מיטן געדאנק דווקא אויפצוקומען מיט איין תשובה ענדערש ווי דער אנדערע. אבער אפגעזעהן פון דעם האט מען שוין גענוג געאקערט אין דעם פעלד אן סוקסעס אז ס'איז יושר'דיג משער צו זיין אז נישט ערגעץ אינעם נאנטען צוקונפט וועט איינער ווער מצליח זיין פותר צו זיין דעם ספק מיטן שכל הגשמי און די חושים הנרגשים.


כלפי מה הדברים אמורים? א ייד א מאמין אין די קאנווענציאלע יידישע אמונה בשלימות האט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט די ערשטע שאלה. אים איז קלאר אנגענומען פאר א יסוד מוסד אין מחשבה אז דער וועלט מיט אלעס אין איר איז נישט אראפגעפאלן פון בוים סתם אזוי, ס'איז דא איינער גבוה מעל גבוה וואס האט איר אוועקגעשטעלט כמות שהיא, און וואס מיר דארפן פותר זיין איז נאר די נאכפאלגענדע פראגעס. און אויף דעם איז שוין דא א גאנצע אינדאסטריע פון הסברים און מהלכים יעדער מיט אנדערע הנחות און מסקנות. אנגעהויבן פון די טרוקענע בייבלישע "עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו" מיט אירע מפרשים און פשטים, ביז די קבלה קאנצעפט פון "אין מלך בלא עם" און פארשטייט זיך די סארט פיליסאפישע גאנג וואס זאגט אז "ס'איז נישט דיינע געשעפטן פארוואס, א מוגבל קען ממילא נישט פארשטיין די רצון פון א בלתי מוגבל" און אזוי ווייטער א גאנץ גרויסע אויסווייל פון אלטערנאטיווע מהלכים מיט א טייל וואס זענען א געמיש פון צוויי אדער מער (צומאל געגענגעזעצטע) וועגן. און כמובן אז קיין איינס איז נישט קיין אפפרעג אויף די אנדערע ווייל ווילאנג זיי אלע זענען נישט מער פירושים אויף די זעלבע תורה און שמירת המצוות זענען די פרטי הכוונות נישט קיין אפהאלט. ס'מאכט נישט אויס צי דעם אמת איז מיט איינעם מער ווי דעם צווייטן אויפן עצם זייענדיג א חלק פון כלל ישראל ותורתו, דאס איז פשוט. ראיה לדבר, ווען איינער זאל די זכייה האבן אז מ'זאל אים אריינרופן פאר א צעהנטער צו מנין און גיבענדיג א קוק זעהט ער צוויי באקאנטע פנים'ער אינעם ציבור, איינער איז דער רמב"ם און דער צווייטער דער רמב"ן, וואלט ער זיך ווען אויסגעדרייט און ארויס פון דארט און זיי איבערגעלאזט? זיכער נישט. איי לכאורה איז דאך דער מנין ממה נפשך פסול ווייל לויטן רמב"ם איז דאך דער רמב"ן אן אפיקורוס און ווידער לויטן רמב"ן קען מען דעם רמב"ם נישט מצרף זיין צו מנין, ס'איז זיכער אז קיינער וועט אזאנס נישט אויפן געדאנק אויפברענגן ווייל אפגעזעהן פון אלע ראדיקאלע מיינונגס פארשידענהייטן צווישען זיי זענען ביידע כשר'ע יידן וואס איינער פון זיי האט אפשר א טעות אין כוונת העבודה, אבער אין עצם עבדות השם ושמירת המצוות זענען זיי איינשטימיג מיטן קבלה פון תורה שבכתב ושבעל פה. אן אפיקורוס וואס זיי וואלטן ווען נישט מצרף געווען צו מנין איז אזא איינער וואס זיינע מחשבות האט אים געברענגט צו אראפווארפען פון זיך עול המצוות, דאס איז פשוט.

וואו ס'מאכט זיך יא א פראבלעם איז ווען די רעדע איז פון איינעם וואס לעבט נישט מיט די הנחה קדומה פון א בורא עולם, דארט הערט מען אסאך מאל די קשיא פון איה אלהיך. דער מאמין פרעגט אויפן אינו מאמין "פארוואס ביסטו דא?", אויב גלייבסטו נישט אין א גאט וואס האט דיך באשאפן פאר א תכלית דעמאלס וואס איז דיין תכלית דא אויף דער וועלט. און ס'איז נישט נאר א קשיא וואס א נישט גלויביגער ווערט געפרעגט פון אנדערע, זייער אסאך הערט מען די שאלה פון זיי אליינס. די וואס האבן נישט קיין רעליגיעזע פארבונד מיט א תכלית'דיגען לעבנסשטייגער פרעגן אויף זיך אליינס פארוואס? וואס טוה איך דא? וואס איז דער תכלית פון לעבן? און דא איז וואו די קשיא פארלירט זיין תוקף, אז דו ביסט דא ווייל דו ביסט פשוט אראפגעפאלן פון בוים דאן וואס מיינט דאס די פראגע פארוואס, נישטא קיין פארוואס און פארטיג. איי ס'איז נישט בא'טעם'ט צו לעבן מיטן געדאנק אז איך בין נישט מער ווי א נאטורליכע געשעניש, איז וואס? נישט איינגענעם טוישט נאך נישט דער מציאות. אז אזוי איז עס איז עס אזוי צי ס'שמעקט דיר צי נישט. רבים וכן שלמים זענען שוין געפאלן פאר דעם לאגישן טעות פון פרעגן פארוואס אויף עפעס וואס זיי האלטן נישט באמת אז ס'איז בכלל צושטאנד געקומען מיט א פארוואס און געצויגען א רייע מיט מאדנע פיליזאפישע מסקנות און באשאפן נישט געשטויגענע סינטעטישע רוחניות אלץ אויף צו פארגיטיגען דעם אומהיימליכען געפיהל פון זיין נישט מער ווי אן איבערגדרייטע שטיין אין מדבר אדער א נאך א פארגעסענע ביימעל אינעם עמעזאן דשאונגעל. ס'איז דא אזא זאך ווי א ווייטאגליכע אמת, אן איינגענעמע אמת, דאס איז אבער נאר כלפי דעם אויף וועם דער אמת שפילט זיך אפ. דער אמת אליינס פאר זיך האט נישט קיין געפיהלן, זי איז אמת נאקעטערהייט כמות שהיא אן קיין שום כוונת.


פון דעם קומט צו נאך א שטארקע געדאנק וואס איז שוין יא גראדע זייער וויכטיג פארן מאמין איר אין קענטעניס צו נעמען. אז מ'שמועסט אז איינער וואס קומט נישט מיט די הקדמה פון פאראויס אז ער איז דא ווייל איינער האט אים דא אהערגעשטעלט דער האט בכלל נישט קיין רעכט צו פרעגן ווייטער פארוואס בין איך דא וואו איך בין, דעם הנחה שפילט אויך א שטארקע ראלע אין דעם עצם אמונה פון דער וואס גלויבט יא אין א בריאה פון העכער. ובכן, ס'קען זיצן א ייד אין בית הכנסת אנגעטון מיט טלית און תפילין, דאווענט און לערענט בדחילו ורחימו און פירט זיך ווי אן עהרליכע ייד ברויך זיך פירן בשלימות, אבער בפנימיות איז דער נישט מער ווי א נישט גלויביגער וואס זיין לעכטצן און גלוסטענישט נאך "העכערס", נאך "א תכלית אין לעבן" פירט אים צו זיין וואס ער איז. אויב זיין בליק אויף זיך איז אז ס'מוז זיין א תכלית פארוואס איך לעב אויף דער וועלט און דער הנחה שלעפט אים אריין אין בית המדרש אריין איז ער בכלל נישט קיין עובד השם, דער איז אן עובד את עצמו. דאס וואס דעם איז געלונגען זיך ארויסצודרייען פון די גייסטישע דרוקענישן וואס קוועטשט אויפן הארץ פון אן אמונה'לאזער דענקער דאס איז נישט מער ווי א געלונגענע טריק צו עסן דעם טארט און איר לאזן גאנץ, דאס מאכט אים נאך נישט פאר קיין מאמין. איינער וואס פירט זיך רעליגיעז ווייל רעליגיע גיבט אים א משמעות אין לעבן, אדער ווייל "ס'איז גוט צו זיין א ייד" דער איז אינגאנצען נישט רעליגיעז, ער איז מענטשיעז, אדער אין אנדערע ווערטער א בעל תאווה מיט השגות, אן אפיקורס מיט תפלין.

נאך מער פון דעם. איינער וואס איז מקבל אויף זיך עול מלכות שמים טאר אינגאנצען נישט פרעגן די קשיא "פארוואס בין איך דא?", קשיות זענען אירעלעווענט פאר איינער וואס נעמט אויף זיך דעם שעבוד צו לעבן מיטן יסוד אז איך בין דא צו טון וואס מ'האט מיר געהייסן. ס'איז נישט דיין עסק צו פרעגן אויף דעם ווער ס'האט דיר געהייסן, אפגעזעהן צי באמת קענסטו ווען פארשטיין דעם פארוואס, געוואנדען אין די חילוקי דעות אויבן דערמאנט. אוודאי איז כשר און וויכטיג צוצולייגן אן אויער און הערן וואס דער מצווה האט דיר צו פארציילן איבער זיינע פלענער פארוואס ער האט דיך אהערגעשיקט, תורה היא ולימוד היא צריכה. די אלע געדאנקען פון פסוק און פיליזאפיע מיט קבלה און נאך וואס שטעלן פאר פאר'ן מאמין מהלכים פארוואס ער איז דא אויף דער וועלט און וואס ער זוכט דא זענען נישט דא צו פארענטפערן די דילעמע פון "משמעות החיים" ווייל אזא דילעמע עקזעסטירט נישט באמת. אדער איז בכלל נישט דא קיין תכלית צום לעבן אדער איז יא דא אבער ס'איז נישט דיין פראבלעם, ס'האט עס שוין דער וואס האט דיר באשאפן געלייזט פאר דיר לכתחילה ועליה אין להוסיף. אלענפאלס איז די פראבלעם א ליידיגע זאק אן קיין שום משמעות און לגמרי נישט קיין בארעכטיגטע פראגע.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 90 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר