דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דעקארט, דער טאטע פון די מאדערנע פילאזאפיע, שטעלט פאר א הוכחה צו דעם עקזיסטענץ פון דעם נפש [mind], כ'האב עטליכע הערות, אבער לאמיך קודם אפשרייבן זיין ארגומענט און איינע פון די קושיות אויף איהר.

שטעלט אייך פאר – זאגט דעקארט – אז איהר גייט צו צום נאנסטן שפיגל, איהר קוקט אריין, און, אוי א בראך, איהר זעהט נישט אייער פנים... איהר כאפט א בליק אויף די הענט, ואינם, זיי זענען אויך נישט צום האבן, אזוי אויך די פיס, וכו', איהר טרעפט זיך אהן אייער גוף.

זיך פארגעשטעלט? פיין. אט האט איר אויפגעוויזן אז א מענטש האט א נפש, און זי איז אן אומאפהענגיקע וועזן פון דעם גוף.

וויאזוי? הערט:

עס קען זיך קודם הערן ווי א שטיקל חידוש, אבער פרובירט עס אויס וועט איר זיך איבערצייגן: עס איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן עפעס וואס איז 'לאגיש' נישט מעגליך.

דהיינו, די כח הדמיון איז גרויס און ברייט, עס קען - לכאורה - דמיונ'ען ככל העולה על רוחה, דאס איז אבער בתנאי אז די זאך איז 'לאגיש' מעגליך, למשל א קוה מיט פינף פיס און צעהן הערנער, אויב איז עס אבער לאגיש אוממעגליך, למשל א רונדיגע סקווער, קען מען עס זיך נישט פארשטעלן.

איהר קענט זיך פארשטעלן ווי א גרויסע טאפ גייט אריין אין א קליינע [און ביידע בלייבן מיט זייער גרויס]? ניין.

איהר קענט זיך פארשטעלן אז דער טיש עקזעסטירט סיי יא און סיי נישט? ניין, פארוואס? ווייל דאס זענען זאכן וואס זענען לאגיש אוממעגליך.

אין פאקט איז דער כלל אזוי אמת אז די מעשה איז גאר פארקערט: מיר נוצן אונזער דמיון ווי א כלי קובע צו זיין אויב עפעס איז טאקע לאגיש מעגליך, אויב קענען מיר זיך עס פארשטעלן - יא, און אז נישט איז נישט.

ומעתה, זאגט דעקארט, אויב זאל א נפש נישט עקזעסטירן, אויב ווען מען זאגט 'mind' איז עס בסך הכל אן אנדערע נאמען פאר'ן פיזישן body, וואס האט באמת גארנישט צו זיך אויסער גשמיות, אין אנדערע ווערטער: 'נפש' און 'גוף' זענען צוויי נעמען פאר איין און די זעלבע זאך, וויאזוי איז מעגליך בעולם אז מען זאל זיך קענען פארשטעלן דעם נפש אנעם גוף? אויב נפש און גוף איז היינו הך, קען מען זיך דען פארשטעלן אויף עפעס סיי אז עס עקזעסטירט און סיי אז עקזעסטירט נישט?

עד כאן דעקראט'ס הוכחה.

יעצט צו איינע פון די קושיות:

עס איז דא די 'נאכט שטערן' [עכ"פ סאם אוו דע פלעיסעס, סאם אוו דע טיים], די ערשטע ליכטיגע שטערן וואס באווייזט זיך אויפן האריזאנט ווען די נאכט פאלט צו.

דערנאך איז דא די 'פרימארגן שטערן', די לעצטע ליכטיגע שטערן וואס זעהט זיך אויפן הימל ווען די זוהן שיינט אויף.

קען מען זיך פארשטעלן א וועלט וואו עס עקזעסטירט די נאכט שטערן, אבער די פרימארגן שטערן עקזעסטירט נישט? לכאורה יא.

דער אמת איז אבער, רבותי, אז די צוויי זענען איין און די זעלבע זאך, און איז אייגנטליך נישט קיין שטערן נאר דער פלאנעט ווענוס, וא"כ, לדברי דעקארט, וויאזוי קען זיין אז מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז איין און די זעלבע זאך עקזעסטירט יא און נישט?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 88 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר