the trolley problem plus

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

the trolley problem plus

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

[justify]די Trolley problem איז א באקאנטע though experiment געצילט ארויסצוברענגען מאראלישע דילעמעס און וויאזוי די מענטשליכע שכל באהאנדעלט זיי, איך וויל נישט דא באהאנדלען די עצם שאלה נאר א זייטיגע ווי פאלגענד,

די טראלי פראבלעם לויפט אזוי, א פארענדע באן פארלירט אירע ברעיקס אזוי אז מען קען איר נישט אפשטעלן, אביסל אראפציהר אויף די שינעס זיצען פינף טויבע מענטשן וואס הערן נישט די באן קומען און זיי גייען גע'הרג'ט ווערן, פאר די מענטשן איז דא נאך א טרעק אויף וואס די באן קען ארויפפארן און דארט זיצט איין טויבער מענטש,
יעצט דער קאנטראלער זיצט אינעם קאנטראל טאוער און עס איז בידו צו ריקן א סוויטש וואס וועט וועט ארויפריקן דעם באן אויפן צווייטן טרעק, ער האט פאר זיך צוויי אפציעס, א; ריקן די סוויטש און ראטעווען די פינף און איינער וועט שטארבן, ב; גארנישט טון און פינף וועלן שטארבן, וועלכע איז די ריכטיגע מאראלישע אפציע?

געווענליך מענטשן הערן די שאלה קראצן זיי די קאפ און קוועטשן אהער און אהין,
מען קען מאכן די.שאלה מער קאמפליצירט, אז א מענטש שטייט אויף א בריקל העכער די שינעס און קען אפשטעלן די באן דורכן אראפווארפן פארענט פון די באן עוג מלך הבשן וואס שטייט פונקט צוזאמען אויפן בריקל און מיט זיין מאסיוון קערפער וועט ער אפשטעלן די באן אבער ער וועט שטארבן,

וואס זאגט איר אויף די שאלה?
איר האט א מהלך? איך בין נישט ספעציפיש אינטערעסירט אין אייער מיינונג דערויף,

יעצט לאמיר אביסל טוישן די מעשה. איר זענט א פארמער און פארמאגט א סטאדע מיט קיען, און איר זענט געגאנגען אויף א שפאציר מיט זיי אריבער די באן שינעס, און עס האט פאסירט די אויבן דערמאנטע, די באן האט פארלוירן די ברעיקס און אויף די שינעס איז דא פינף קיען און אויף די זייטיגע שינעס איז דא איין קי און איר זענט בכח צו ריקן א סוויטש אריבערצוריקן די באן,
וואס איז יעצט אייער תשובה? איז אייך גרינגער צו מאכן א החלטה? איז אייער החלטה אנדערש ווי אויף די ערשטע שאלה? אויב יא וואס איז די חילוק, וואס איז מכריע דא?[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראדעמעכעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 72 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר