הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

שליחה דורך אדנירם »

[justify][center]לרגל מספר הודעה האלף שלי.[/center]


[center]הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם'.[/center]
ווען ידידינו החוקר הרבני [tag]אבטולמוס[/tag] שיחי', האט אנאנסירט זיין רעיון פון מאכן א 'למעשה' פראיעקט, בין איך נאכנישט געווען אינעם מקום קדוש בשם 'קאווע שטיבל'. כ'האב ניטאמאל געוואוסט דערפון ווען איך בין יא אנגעקומען אין שטיבל. עד שבא מורינו החכם הרב [tag]יידל[/tag] שיחי', מיט אן אויפרייס פון א 'למעשה' [לענ"ד דער בעסטער למעשה, און פון די סאמע בעסטע אשכולות אינעם עקזיסטענץ פון קאווע שטיבל]: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט.

דער שטורעם וואס דאס האט אנגעמאכט, דער אפקלאנג וואס האט אפגעהילכט, האט מעיד געווען יותר מאלף עדים אויף צוויי זאכן: די געלונגענקייט פונעם אשכול זיינער בפרט, און דאס וויכטיגקייט פון אזעלכע אשכולות בכלל. וואו מ'זאל אויסשמועסן פאר חברים ידידים מקשיבים, נייע רעיונות, באזירט אויף פאקטן אנשטאטס טעאריעס בלבד.

למעש"ה האב איך דארטן אויך אפגעשריבן א לענגערע תגובה, וואס איז נוגע אהער דריי פונקטן:
א' - מיין הקדמה דארטן, אז כ'בין נישט מסכים צו יעדע ווארט, ס'איז אביסל צו לינק לדעתי. ויש להוסיף על זה, אויב איינער וויל קומען מיט א געדאנק אויף 'למעשה', דארף ער זיין גרייט אריינצונעמען אין זיך א ברייטערע ספעקטרום ווי איין פליגל פון קאווע שטיבל ליינער'ס... שיין עמיר אויסזען אויב מ'וויל איבער מאכן אונזער פארקריפלטע סיסטעם דורך רעדן צום ברייטן המון עם איבער פילמס און זינגערינס...
ב' - מיין ערשטע הערה דארטן, אז ס'איז זיכער נישט קיין מהלך צו מאכן א מהפיכה ביי יעדן איינעם, ס'איז נאר א נחלת הפרט זיך צו עפענען אביסל צו די וועלט. לאמיר מסביר זיין קלארער: איינער האט א פיינע בחור'ל, קענסטו נישט רעדן צו אים וועגן 'ביקורת המקרא'. דאס איז סם המות פאר איינער וואס האט נאכנישט די מינדסטע ידיעות אין יהדות. אודאי און אודאי איז נישטא קיין סיבה אים צו דערציילן וועגן 'טוביה דער מילכיגער'...
ג' - מיין לעצטע הערה דארטן, אז אולי יגיע עת דודים און כ'זאל אויך שרייבן עפעס א 'למעשה'. כ'מיין, ס'האט דאך נישט קיין זינען כ'זאל טומן זיין ידי בצלחת און נישט שרייבן עפעס 'אזאנס-און-אזעלעכס'... כפי מה שנראה לענ"ד.

און טאקע דורך דעם חוט המשולש איז אפירגעקומען מיין 'למעשה', צו באהאנדלן די נושא אויף מער א פרומע וועג, און אודאי מער ווירקזאמע וועג. והלואי ויהיה לתועלת הרבים [הערה חשובה: די חומר וואס כ'האב געוואלט אפשרייבן, נעמט ארום א באשרייבונג לכה"פ פיר מאל אזוי לאנג ווי כ'האב שוין געשריבן, און ע"פ בקשת החברים האב איך מיך אפגעשטעלט אינמיטן ארבעט. וחפץ ה' בידי להצליח בפעם אחרת להשלים מפעל נשגב הלז]. כ'האב דירעקט א נאמען געגעבן פאר מיין אשכול 'הלכה' למעשה, ווייל אנדערש ווי סתם 'למעשה'ס' וואס זענען גאנץ 'כמעשה' אבער זענען נישט עכט גערעדט תכלית 'למעשה' גערעדט... מיין איך אז בס"ד האב איך אראפגעשריבן א 'למעשה' וואס וועט זיין ריכטיג הלכה למעשה, וויבאלד דאס וועט קענען טוישן כמעט א יעדן מענטש באשר הוא שם.


נ.ב. הנני בזה להודיע בשער בת רבים צוויי זאכן:
א' - כאטש לכתחילה האב איך געפלאנט ארויסצוגעבן די גאנצע 'למעשה' פראיעקט אין איין תגובה, איז דאס למעש"ה נישט מעגליך במציאות, ווייל כ'האב שוין געשריבן צופיל, און ס'גייט פשוט נישט ארויף אויף איין תגובה, דערפאר האב איך דאס צוטיילט אין קלענערע תגובות, לויט די נושאים הנידונים, ודו"ק, ובפרט לאור דברי [tag]רויטע וואנצעס[/tag] כאן.
ב' – כ'וואלט זייער געוואלט אז דער אשכול זאל בלייבן דער ערשטער אשכול פון 'העמק דבר', ומשם לא תזוע, אזויווי [tag]יין שרף[/tag]'ס אשכול אויף הרב משה וואלפסאן אין 'אנשי שם'. כ'וויל אז יעדער זאל לעולם ועד גלייך קענען צוקומען צו דעם אשכול, ווייל דאס איז א דבר קאי וקיימא וואס קען צונוצקומען לעולם ועד נאכצוזוכן א ספר וכדומה, ודו"ק.
[/justify]

דער אשכול פארמאגט 131 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר